בלאט 1 פון 1

לינקס ווערן רידיירעקטיד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 10:48 pm
דורך לעווי
איך האב אן אינטרעסאנטע פראבלעם לעצטענס, ווען איך סירטש עפעס אויף גוגעל אדער יאהו (איך האב נישט פרובירט אנדערע סייטס), אין אינטערנעט עקספלארער, און מען באקומט א גאנצע פעידזש מיט ריזאלטס. ווען איך קליק אויף עני פון די לינקס ווערט די פעידזש רידיירעקטיד צו אן אנדערע סייט אינגאנצן. געווענטליך איז עס צו איינס פון בערך צעהן סייטס כגון יעלאו פעידזשעס וכדומה. נאר ווען איך קאפי די שארטקאט און פעיסט עס אין די בראוזער וועל איך אנקומען ווי איך וויל. דאס געשעהט נישט אלעמאל אבער ע"פ רוב געשעהט עס.

איך געדענק נישט אז עס זאל האבן געשעהן מיט מאזילא פייערפאקס.

ווער קען מיך דא העלפן? וואס איז ראנג דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 11:16 pm
דורך Tech
Oh Oh א שטארקע חשש אז סאיז א היידזעקט בראוסער, הגם איך פארשטיי נישט זייער אינטערעסע דיר צו פירען צו יעעלא פעדזשעס, אפשר וויל יענער סתם דרייען א קאפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 11, 2008 11:51 pm
דורך לעווי
Tech האט געשריבן:Oh Oh א שטארקע חשש אז סאיז א היידזעקט בראוסער, הגם איך פארשטיי נישט זייער אינטערעסע דיר צו פירען צו יעעלא פעדזשעס, אפשר וויל יענער סתם דרייען א קאפ.


אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דאס מיינט א היידזשעקט בראוזער?

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 13, 2008 9:10 pm
דורך Tech
סקען זיין אז א וויירוס שיקט אלע ריקוועסטס צו אנדערע סייטס,
טריי צו סקעננען דיין גאנצע קאמפיוטער מיט Spyware Doctor פון http://pack.google.com דאס איז א ספייווער סקעענער, ווייל דאס איז מער אין די ספייווער משפחה,
אבער עס וואלט אויך נישט געשאדט א סקען מיט דיין וויירוס סקעננער וואס איך גלייב אז די האסט אויף דיין קאמפיוטער,
ביטע קום צירוק זאגען די ריזאלטס.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2008 7:43 am
דורך לאז געמאכט
איך האב אויך דעם פראבלעם איך האב שוין געסקענט מיין קאמפוטער מיט 'אסאך' סקענער'ס נאר איינע פון זיי עס הייסט 'אנטי מאליבער' האט דיטעקטעט דעם מעלווער אבער דיליטען האט ער עס נישט געקענט עס האט זיך אויפגעשריבן אז זיי גיין עס דיליטן נאכן ריסטארטן אבער אפילו נאך ריסטארטן עטליכע מאל האט ער אויך נישט געקענט אין אפילו אין סעפ מאד אויך נישט.
איך האב אפילו פרובירט אויסצומעקן די רעגעסטרי פייל'ס אליינס אבער אויך אן קיין רעזאלטס

א שנעלע סירטש אויף גאגעל ברענגט אויף אסאך מענטשן וואס האבן געהאט דעם פראבלעם אין געראטעוועט געווארן - עס איז כדאי צו מאכן א זוך

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2008 10:05 am
דורך לעווי
Tech האט געשריבן:אבער עס וואלט אויך נישט געשאדט א סקען מיט דיין וויירוס סקעננער וואס איך גלייב אז די האסט אויף דיין קאמפיוטער,
ביטע קום צירוק זאגען די ריזאלטס.


ווא טרעפט מען דאס? ווי אזוי טוט מען דאס?

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2008 10:06 am
דורך לעווי
לאז געמאכט האט געשריבן:א שנעלע סירטש אויף גאגעל ברענגט אויף אסאך מענטשן וואס האבן געהאט דעם פראבלעם אין געראטעוועט געווארן - עס איז כדאי צו מאכן א זוך



אפשר קענסטו לייגן א לינק? איך בין נישט גוט אין מברר זיין אוכל מתוך פסולת.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2008 7:10 pm
דורך לאז געמאכט
איך וואלט דיר גערן געלייגט נאר היות איך האב נישט געקענט אליינס ארויס קריכן דערפון איז עס א בחינה פון אין חביש מתיר עצמו.
אבער איך האב עס גענוצט אזוי א שטיקל צייט ס'הייסט איך האב גענוצט א אנדערע בראזער אין שוין.
שפעטער האב איך עני וועי געוואלט אויסזויבערן מיין קאמפיוטער אזוי ווי אין פסוק שטייט האב איך עס געפארמעט איז אטאמאטיש אלע וויירוס'ן אין אפפאל ארויס געפלויגן.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 6:43 am
דורך פויער
קוק דא

אדער דא


דא האסטו א פראגרעם פאר פרי וואס קען עס אוועקנעמען

און לאז וויסן וועלכע עס האט געארבעט אז א צווייטער זאל עס אויך קענען נוצן בעת הצורך

הצלחה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 1:58 pm
דורך לעווי
פויער האט געשריבן:קוק דא

אדער דא


דא האסטו א פראגרעם פאר פרי וואס קען עס אוועקנעמען

און לאז וויסן וועלכע עס האט געארבעט אז א צווייטער זאל עס אויך קענען נוצן בעת הצורך

הצלחה


די עשטע צוויי זענען די דירעקשאנס צו קאמפליצירט פאר מיין קליינע קעפ. די דריטע לינק, ווען איך קליק צו דאונלאודן זאגט עס מיר אז זיי האבן א פראבלעם צו דאונלאודן די פעידזש.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 2:08 pm
דורך לעווי
יעצט האב איך שוין א נייע פראבלעם, ביי מאזילא פייערפאקס איז מיר פארשוואונדן געווארן די אדרעס באר ווי אויך די בעק-פארווערט עראוס. ווען איך האב ריסטארטעד מיין קאמפיוטער האט עס מיר געמאלדן אז איינער האט געטוישט א סעטינג איליגעלי אויפן קאמפיוטער אבער די אדרעס באר איז דערווייל נישט צוריק.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 3:04 pm
דורך פויער
פאר א פראגראם אוועק צו נעמען די היידזשעקערס קאנטאקט מיר אין אימעיל

pooeer@gmail.com

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 17, 2008 12:49 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב אויך דעם פראבלעם, און אויך ווען איך סיין אריין צו מיין דזימעיל אקאונט שטייט רידיירעקטינג, דאס מיינט אז היידזעקערס זעהן אלע מיינע אימעילס און פעסווארדס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 10:11 am
דורך לעווי
איך האב היינט באקומען אן אימעיל אז מען זאל זיך נישט באנוצן מיט אינטערנעט עקספלארער ביז ווילאנג מען דאונלאוד נישט עפעס א נייע פעטש וואס מייקראסאפט האט געמאכט לעצטענס ווייל עס איז זייער וואלנערביל צו היידזשעקערס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 12:02 pm
דורך thefact
פייערפאקס האט געהאט די זעלבע פראבלעמען
מדארף אפדעיטן צו פייערפאקס 3.0.5

און מ'זאל מער נישט נוצן פייערפאקס 2

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 2:18 pm
דורך לעווי
למעשה האב איך אראפ גערופן מיינס א חבר א טעקנישאן וואס האט אלעס אויסערייניגט מיט malwarebytes anti malware