בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 12:22 pm
דורך שוועמל
איך זוך הילף מיט שיקן פיילס;
אפט מאל ווען איך וויל שיקן עמיצן א פייל דורך גוגל טולק, ביים דרוקן Send files אויבן באקום איך א מעסעזש וואס לאזט נישט דעם רעסיווער ענטהאלטן קיין פיילס:
You cannot send files because *******@gmail.com is using chat in Gmail or is using another chat program. אין דער זעלבער צייט קען איך אבער יא שיקן פיילס צו אלע אנדערע קאנטאקטן אין מיין גוגל. דאס מיינט אז די פראבלעם איז ביי יענעם.
טראץ דעם וואס כ'אב יענעם געבעטן אלעס אויסלעשן, ווי מעסענזשער, און ריעל, אבער ס'יז נאך אלץ נישט געגאנגען אפילו נאכן ריסטארטן יענע קאמפיוטער.
ווייסט איינער וואס ס'שטערט יענעם פון באקומען פיילס?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 1:19 pm
דורך cano
איך האב עס אויך, אז איינער פין מיינע חברים קענען נישט באקימען קיין פיילס אפי' ער ניצט נישט זיין TALK בשעת מעשה, אבער איך ווייס אויך נישט פשט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 2:50 pm
דורך מאשקע
כמדומה לי אז דזשעי-נעט האט א יד דערינען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 2:52 pm
דורך פאטאקי08
מאשקע האט געשריבן:כמדומה לי אז דזשעי-נעט האט א יד דערינען.
איך האב אויך אזוי באמערקט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 10:22 pm
דורך שוועמל
עס האט גארנישט מיט זשעי נעט'ס ידים.
יענער האט נישט קיין זשעי'נעט לא מיניה ולא מינה.. און דאך קען ער צומאל נישט באקומען קיין פיילס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 10:37 pm
דורך לחיים ולברכה
ביי מיר איז גאר אינטערסאנט, כ'האב דזשעינעט, אויף איין קאמפיוטער קען מען באקומען פיילס און אויפ'ן צווייטן נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2008 10:43 pm
דורך שוועמל
אקעי חברה.
כאב געהייסן יענעם ער זאל ריאונסטולן גוגל טולק דירעקט פון גוגל. ער האט עס נאכאמאל געדאונלאדט פון די אפיציעלע גוגל טולק סייט, געדריקט "RUN" און אלעס ארבייט אמחי'ה (כאילו א 'ריפעיר אינסטול' וועא"מ)
http://www.google.com/talk/
ס'שיינט אז ביי יענעם איז די פראגראם געווארן קאראפטירט דורך דער צייט. מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות..
אדרבה פרובירט איר אויס אויב ס'ווערט בעסער ביי אייך'ן
שיקען פיילס מיט גוגל טאלק
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2008 6:12 am
דורך ווארום
שיקן פיילס מאכט פראבלעמען, איין טאג איז ער מחליט אז ער לאזט שיקן צו משה א טאג דערויף נישט, צוויי טאג שעפטער צוריק יא, און משה טענה'עט ער האט גארנישט משנה געווען און ער האלט די פראבלעם איז גאר ביי מיר, מיר ביידע האבן שוין פראבירט צו אויססיינען און צוריק איינסיינען, נאר ניצן די טאלק און נישט גימייל, ושום דבר לא עזר, וואס נאך קען זיין די לעזונג?
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2008 9:28 am
דורך שלעפער
אפשר קען דיר דאס העלפן,
דא רעדט אביסל דערפון.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2008 1:09 pm
דורך thefact
שלעפער האט געשריבן:אפשר קען דיר דאס העלפן,
דא רעדט אביסל דערפון.
יענס רעדט בכלליות פון טאלק
און בלויז עטליכע תגובות פון שיקען פיילס מיט גוגל טאלק דעריבער האבעך דא אהערגעברענגט די פאר הודעות
לטובת הענין
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 08, 2008 10:46 pm
דורך למעלה משבעים
ווארום האט געשריבן:שיקן פיילס מאכט פראבלעמען, איין טאג איז ער מחליט אז ער לאזט שיקן צו משה א טאג דערויף נישט, צוויי טאג שעפטער צוריק יא, און משה טענה'עט ער האט גארנישט משנה געווען און ער האלט די פראבלעם איז גאר ביי מיר, מיר ביידע האבן שוין פראבירט צו אויססיינען און צוריק איינסיינען, נאר ניצן די טאלק און נישט גימייל, ושום דבר לא עזר, וואס נאך קען זיין די לעזונג?
א שטיקל עצה איז צו מאכן exit ביי גוגל טאלק און צוריק אנצינדען נישט סתם ארויססיינען, ביי מיר האט דאס בדרך כלל געהאלפן.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 12:17 am
דורך KCSP
וויזוי מאכט מען עקסיט ?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 12:22 am
דורך למעלה משבעים
לעבן די זייגער ווי גוגל שטייט איין מאך א רייט קליק און דארט שטייט עקסיט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 09, 2008 1:42 am
דורך KCSP
דאנקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 03, 2009 11:19 am
דורך ליינער
איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין
איך האב א פראבלעם אז געוויסע קאנטעקס פון מיין טאלק ווערן פארשווימען אווי און וואסער אריין און וויפל מאל איך ברענג זיי צוריק נאך עטליכע מינוט ווערט עס פארלוירען
ביטע העלפט מיר
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 14, 2009 7:51 am
דורך הערשי קניהויז
גיי אינטון צו View און קוק צו דו האסט א טשעק ביי Show one page און אויב יא נעם עס אראף.