בלאט 1 פון 1
הילף איבער אינטערנעט סערווויסעס?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 1:05 pm
דורך זיידעניו
איך זיך א ביליגע און גוטע הנקרא שנעלע סערוויס, וואס זאל נישט מאכן פראבלעמען. בין איך נייגעריג צו וויסן וועלכע פראוויידער איז די גוטע (אדער בעסטע) און וויפיל עס קאסט מאנאטליך?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 2:28 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
עס ווענדעט זיך וואו די ביסט. און וויליאמסבורג איז דא די שנעלסטע איז דא 2 איינס איז time warnar cable וואס קאסט $30.00 א חודש און עס האט א דאון ספיד פון 5 MG. און עס איז דא OPTIMUM וואס איז אויך קעבל און קאסט אויך דרייסיג דאללער און עס האט א דאון ספיד פון ארום 18 MG וויליאמסבורג איז צוטיילט אויף צוויי איין חלק קען מען נאר האבן TINE WARNER און איין חלק קען מען נאר האבן OPTIMUM זייערע טעלעפאון ליינס קאסט אויך נאר $30.00 פער ליין פאר US און קענעדא. די חסרונות פון זיייער טעלעפאון איז אז עס ארבעט מיט די אינטערנעט סאו אויב די לעקטער קראכט האסטו נישט קיין טעלעפאון משא"כ ביי א געהעריגע טעלעפאון פון ווערייזאן. די צוויטע חסרון איז אז די קענסט נישט האבן קיין זשעי נעט אויף דעם נאר פילטער פראגרעמס. עכ"פ זשעי נעט און וויליאמסבורג איז די טייערסטע למשל פאר א דאון ספיד פון 3 און האלב צאלט מען $109.00
און מאנרא איז נישטא קיין קעבל ביזדערוויל ווייל קיינער האט עס נאכנישט אריינגעצויגן אבער איך גלייב אז מען קען עס אויף א וועג בייקומען וואס טאמער יא וועט עס זיין די שנעלסטע
עס האט דיר עפעס געהאלפן?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 6:59 pm
דורך שוועמל
קאמפיוטער האסט אויסגעלאזט דסל.
דסל איז דא פון ווערייזאן אדער עירטלינק. רעזידענשאל קאסט בערך 30 א חודש פאר 3 מב דאון. עירטלינק קאסט 40 א חודש פאר 5מב דאון.
אויך איז דא דסל פון די אלע מינאריטעטן וואס שטעלן צו לאקאל טעלעפאן סערוויס פארן ציבור, למשל עקסטשענזש, קיוקאמבער וכו'. איך ווייס נישט פונקטליך זייערע רעיטס. אבער דו מוזט האבן דיי טעלעפאן סערוויס ביי זיי קודם.
בכלל איז גוט צו נוצן דסל מיט די פראוויידער פאר דיין טעלעפאן סערוויס,
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 12:55 am
דורך אזוי נארמאל
כ'האב געהערט אז ס'איז דא 'אמזיסטע קאנעקשאנס' .
איז עס אמת?
אין אויב יא, ווי קומט מען אן דערצו?
אין אויב ס'איז דא 'אפאר' אמזיסטע פראוויידער'ס, וועמעס גייט די שנעלסטע?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2009 11:16 pm
דורך אזוי נארמאל
אין: צו איז דאס לעגאל?
אויב נישט. פארשטיי איך פארוואס קיינער ענטפערט נישט!
אין אויב יא. פארוואס טאקע ענטפערט מען נישט?!
מעיגליך אז די דאזיגע אשכול/פארום איז עפעס אזא פארשטיפטע וואס קיינער זעיט נישט. אין קיינער נעמט נישט קער דעראויף?!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 03, 2009 12:58 pm
דורך יאנאש
בקיצור נמרץ: עס איז דא אזא זאך ווי 'וויי פיי' דאס הייסט אז דו קאנסט זיך אנהוקן מיט דיין שכן'ס קאנעקשאן אויב איז עס נישט געלאקט.
איך מיין אז עס איז נישט לעגאל, אבער סתם א מענטש וועט נישט וויסן אז דו נוצט עס.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 5:48 pm
דורך gimpel
קאמפיוטערנייעס, יאך האב time warner, איך האב אן אנדרען פלאן פין דיר עס קאסט די זעלבע $30, באט איך באקום 10 mb פאר איעדע סקונדע
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 04, 2009 7:42 pm
דורך אזוי נארמאל
יאנאש
יישר כוח.
אין אן 'וויי פיי' קען מען נישט האבן א אומזיסטע קאנעקשאן?
ביי מיר כאפט נישט קיין 'וויי פיי'. (בבחינת עס טוט מיר וויי, אבער אן א פיי)
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 3:28 pm
דורך אזוי נארמאל
ווידערגודבאקאנטמאכינג (טאפעלט איז שטערקער)
איך זיך א בחינם'דיקע קאנעקשאן. (נישט וויי פיי) פון אינטערן ריקן הערט מען שמיעסן אז ס'איז פארהאן אזוינס אויך, ביטע זייט מיר מודיע.
אויב ס'איז דא אפאר פראוויידער'ס, וועלעכע איז די שנעלסטע.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 01, 2009 7:41 pm
דורך זיידעניו
פרי דייל אפ קאנעקשאן'ס...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 12:46 pm
דורך אזוי נארמאל
ישר כוח זיידי. גיט ארויסגעברענגט.
אבער ווי קומט מען אן דערצו?! וויאזוי מאכט מען דאס?!
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 02, 2009 4:26 pm
דורך thefact
זיידעניו האט געשריבן:פרי דייל אפ קאנעקשאן'ס...
אזוי נארמאל האט געשריבן:ישר כוח זיידי. גיט ארויסגעברענגט.
אבער ווי קומט מען אן דערצו?! וויאזוי מאכט מען דאס?!
http://www.metconnect.com
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 03, 2009 2:38 pm
דורך אזוי נארמאל
ר' משה אהרן וואסערשווימער, א גרויסן יישר כוח.
איז דאס דו איינע פראוויידער, צו ס'איז דא א אויסוואל פון עטליכע?!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:15 pm
דורך פרוביר אויך
איך זיך א ביליגע און גוטע הנקרא שנעלע סערוויס, און וויליאמסבורג וואס זאל נישט מאכן פראבלעמען. בין איך נייגעריג צו וויסן וועלכע פראוויידער איז די גוטע (אדער בעסטע) און וויפיל עס קאסט מאנאטליך?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 12:21 pm
דורך משה הקטן
קאמפיוטערנייעס האט געשריבן:און עס איז דא OPTIMUM וואס איז אויך קעבל און קאסט אויך דרייסיג דאללער און עס האט א דאון ספיד פון ארום 18
איך האב אפיטימום די ערשטע יאר האב איך געצאלט 30$ און דאן זענען זיי ארויף צו דאפלט 60$, ס'איז דא א וועג ס'זאל בלייבן ביי 30$?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2014 2:00 pm
דורך זאכליך
די פרייז איז 60, די ערשטע יאר געבן זיי אלץ א פראמאשין.