בלאט 1 פון 1

קען מען מאכו און שיקן ביי gmail דורך גראופס?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 2:42 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
1) קען מען ביי GMAIL מאכן גראופס?

2)טאמער האב איך בייקומען פון למשל צען עקסטערע מענטשן אן אימעל אויף א נושא און איך וויל זיי ענטפערן אויף איינמאל איז דא א גרינגע וועג אויף GMAIL ווי אזוי עס צו מאכן. נישט איך זאל דארפן מאכן reply פאר יעדן עקסטער ?
שכוח פון פאראויס

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 2:46 pm
דורך אלעקסיי
1. זיכער קען מען, גיי צו קאנטעקסט, גרופעס.

2. עס איז דא אן אפציע "רעפליי אלל".

שכוח אלעקסיי

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 6:53 am
דורך קאמפיוטערנייעס
איז דא א וועג אז איך זאל קענען נעמען למשל פופציג אימעל אדדרעססן און איך זאל עס אויף איינמאל אריינלייגן און א גראופ?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 2:01 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
קאמפיוטערנייעס האט געשריבן:איז דא א וועג אז איך זאל קענען נעמען למשל פופציג אימעל אדדרעססן און איך זאל עס אויף איינמאל אריינלייגן און א גראופ?

איך ווארט אויף א ענטפער???

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 6:15 pm
דורך אלעקסיי
יא, קוק דיר אביסל ארום. מאך טשעקלעך אויף אלע, און סעלעקט א גרופ, אדער פאבריציר א פרישע גרופע

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 7:08 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
אלעקסיי איך האב מיר שוין ארומגעקוקט און איך זעה נישט וואו אזוי עס צו מאכן?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:09 pm
דורך אלעקסיי
דו נוצסט די נייע ווערסיע פון גימל אדער די אלטע?

ביי די נייע איז עס זיכער פשוט, די אלטע געדענק איך שוין נישט, אבער לכאורה כמעט די זעלבע.

א טשעקל קענסטו מאכען ביי איטליכע קאנטאקט? די אפציע פון גרופעס האסטו? שטעל עס צוזאם, און עס איז פארטיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:11 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
איך פארשטיי נאך אלס נישט! איך האב די נייע איך טשעק עס ביי אינדעקס און ווייטער? ווי איז דא אן אפשאן פון גרופס ווען איך בין ביי אינדעקס???

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:14 pm
דורך אלעקסיי
ביי קאנטאקס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:15 pm
דורך אלעקסיי
עס איז מער צו רעכטס אויבען, נאך EDIT

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 8:28 pm
דורך קאמפיוטערנייעס
איימעםסארי אלעקסיי אבער די האסט נישט געסאלוואט מיין פראבלעם איך ווייל נעמען בערך 20 אימעלס וואס איך האב בייקומען פון צוואנציג אנדערע אימעל אדדרעסס און איך וויל זיי ענטפערען (מיט א קשיא אזוי ווי א איד) איין זאך ווי אזוי פונקטליך ענטפער איך פאר די צוואנציג אימעיל אויף איינמאל??????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 7:51 pm
דורך אלעקסיי
איך פארשטיי נישט פונקטליך. די 20 אימעילס זענען אנדערע נושאים, אדער די זעלבע נושא, אינעם זעלבען געהענגל?

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 11:23 am
דורך יעק
פראביר google groups

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 2:30 pm
דורך KCSP
איך וויל אויך מאכן אזוי, איך האב אסאך אימעילס פון איין מענטש און וויל עס צאמשטעלן אין איין פאלדער, ביי מיר איז עס און עקסטערע נושאים,

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 2:32 pm
דורך אלעקסיי
דאן לעבל LABEL אלעס אויף איין נאמען, און ארכיוו עס. אויך קענסטו אנשטעלן אז עס זאל אוטאמאטיש ווערן געלעבלט מיט די נאמען ווען עס קומוט פריש אריין א אימעיל.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 26, 2008 2:44 pm
דורך KCSP
אלעקסיי ביטע זיי מזביר. אויך וויל איך אנשטעלען למשל אז איך האב איין מענטש מיט 3 אימעילס און איך וויל אנשטעלן אז פון דעי 3 אימעיל עדרעסן זאלן אריינגיין אין איין פאלדער. וויאזוי טוט מען דאס ??