בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 5:53 pm
דורך לאז געמאכט
למשל www.blackberry.com/update ארבעט נאר אויף איי אי. ס'עפענט זיך אין אנדערע בראזער'ס אויך אבער ס'געשענט גארניש...

אזוי אידא הונדערטער וועב סייט'ס וואס די בעלי בתים האבן דיסיידעט אז היות יעדע פיסי האט איי אי אינסטאלט גייט מיך נישט אן אז ס'ארבעט נישט אויף אנדערע בראזערס. די עיקר איז אויף איי אי זאל'ס ארבעטן, ווער ס'וויל נוצן די סייט זאל נוצן די אריינגעבויטע בראזער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 6:01 pm
דורך תג נוצער
בלעקבערי איז מיר דערווייל נישט נוגע

זאג מיר עפעס אנדערש
אויב נעם איך דעם קראום, האב איך א אפשען לעת הצורך אויך צו נוצן IE אדער ער אנטלויפט כשזה קם זה נופל?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 6:04 pm
דורך לאז געמאכט
בלעקבערי איז געווען א משל.
זיכער קען מען עס נוצן צוזאמען. למשל איך האב יעצט סייט'ס אפען אין איי אי, אפאר אין פייערפאקס, און אייוועלט איז אפען אין קראום...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 6:11 pm
דורך תג נוצער
דארף איך עפעס טון ביים דאונלאדן קראום אז IE זאל נישט פארלוירן גיין?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 6:17 pm
דורך leiby
ניין, ס'אזוי ווי נאך א פראגראם, ער וועט אפשר נאר פרעגן ווער ס'זאל זיין דיין דיפאלט בראוזער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 6:30 pm
דורך תג נוצער
יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 9:15 am
דורך זאכליך
לאז געמאכט האט געשריבן:למשל http://www.blackberry.com/update ארבעט נאר אויף איי אי. ס'עפענט זיך אין אנדערע בראזער'ס אויך אבער ס'געשענט גארניש...

איך נוץ קראם, אין עס עפענט זיך געהעריג. פינטעל
אדרבא פרוביר

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 10:21 am
דורך לאז געמאכט
האסט ציטיר'ט מיין תגובה אן עס ליינען???

כ'האב קלאר געשריבן אז ס'עפענט זיך! אבער... ס'געשענט גארניש. אדרבה פרוביר צו אפדעיט'ן דיין בלעקבערי דורך גאגעל קרואם. אדער סתם גיי צו די סייט דורך איי אי.. וועסטו זעהן אז ס'דארף עפעס געשען נישט פלעין זיך עפנעען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 11:22 am
דורך זאכליך
לאז געמאכט האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:וואס זענען די צוויי פראגרעם'ס.
זיי מסביר.
כ'האב פרובירט מסביר זיין ווי ווייט מעגליך. וואס פארשטייט איר נישט?

is this a reguler anti virus program ? so why do i need avg? or is not avg better?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 10:41 pm
דורך תג נוצער
איך האב למעשה אינסטאלט גוגל קראם און דערווייל בין איך ב"ה זייער צופרידן
און דערווייל זע איך אז ער איז בעסער ווי IE ווייל דא זעט מען די עד פון פרנסה ראפעל און עקספלארער האט מען עס נישט געזען

האו קאם?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 4:05 pm
דורך thefact
אסאך וועבסייטס בפרט מייקראסאפט וועבסייט'ס ארבעטן נישט געהעריג נאר מיט איי אי
דעריבער זענען זיך אסאך מענטשן נוהג צו האבן אן עקסטענשאן אדער עדד-אן אין זייער באליבטע בראוזער וואס טוט עפענען די געוויסע סייטס מיט איי אי

קראום האט א חסרון אז ס'נוצט סאך מער סיסטעם ריסורסן
ווי אויך האט עס זייער פארגעשריטענע סעקיורעטי אריינגעבויט וואס דאס קען אמאל מאכן פראבלעמען בפרט ווען ס'איז זיך סותר מיט אנדערע סעקיוריטי ווי אנטי וויירוס אדער וועב-פילטער'ס

כידוע ביי אונז אין וואסער קאמפיוטער'ס (די וויליאמסבורגע אפיס) טוען מיר בעפארצוגן פייער פאקס, אבער אלעמאל האלטן מיר איי אי נעבן די הענט על כל צורך שלא תבוא