בלאט 1 פון 1

פרינטן דורך די אינטערנעט

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 2:22 am
דורך שוועמל
איך זוך הילף אין קענען פרינטן דורך די אינטערנעט. דהיינו די צוויי קאמפיוטערס זענען נישט אויף די זעלבע נעטווארק און נישט די זעלבע איי פי, נאר בלויז ביידע זענען קאנעקטעד צום אינטערנעט.

ווען מען וויל פרינטן אין XP וועט ער דיך הייסן געווענליך צו סעלעקטן א פרינטער, דארט איז דא אן אפציע ADD NEW PRINTER וועט זיך עפענען א וויזארד מיט אן אפציע צו אויסוועלן א נייע פרינטער פון די אינטערנעט דורך אריינטייפן די url פונעם פרינטער - http://server/Printers/. דא ווער איך פארלוירן, וואס איז די סערווער פונעם יענעם ווייטן פרינטער וואס איז קאנעקטעד צו יענעם קאמפיוטער? בקיצור וויזוי קום איך אריין צו יענעם קאמפיוטער אריין?

מייקראסאפט גיבט אינסטרוקציעס דורך אינסטולירן IIS איך פארשטיי נאכנישט פונקטליך וואס דאס איז. אין קלארע ווערטער וויאזוי באקומט א פרינטער א URL צו קענען אריינטייפן אינעם בראוזער.
http://support.microsoft.com/kb/307847

ווער עס קען ארויסהעלפן טריט ביי טריט וועל איך ארויסנעמען אויף א לאנטש ביי גריל אן לי, בלי עין הרע ונדר.


מיין ענדגילטיגע ציל דערמיט איז, אז ווען איך לאג אריין צו יענעם קאמפיוטער דורך לאג מי אין, ווען איך דרוק פרינט וועט עס געווענליך ארויספרינטן פון די דארטיגע פרינטער וואס איז איינגעשטעקט אין יענעם קאמפיוטער. אויב וויל איך קענען פרינטן פון די היגע פרינטער, דא נעבן מיר, דאן מוז איך איינמאל פאר אלעמאל אינסטולירן אין יענע קאמפיוטער א פרינטער דורך די אינטערנעט און כ'וועל סעלעקטן יענע פרינטער וועט עס פרינטן דאהי.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 9:57 am
דורך פאטאקי08
מען קען דורך לאג מי אין פרא אדער דורך רעמאוט דעסקטאפ
די לעצטע קאסט נישט קיין געלט

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 10:00 am
דורך פאטאקי08
פרינטן דורך א יו אר על קען מען דאכט זיך נאר אויב יענע פרינטער איז עטעטשט צי א סערווער

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 10:58 am
דורך שוועמל
וויאזוי פרינט מען דורך רעמאט דעסקטאפ?

און וויאזוי קען איך מאכן א לאקאל קאמפ. אלס א סערווער?


געדענק! דער לאנטש איז שוין באשטעלט...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 11:59 am
דורך פאטאקי08
וויאזוי פרינט מען דורך רימאוט דעסקטאפ?

זייער פשוט גיי צי ראן טייפ אריין mstsc

טייפ אריין די רימאוטס קאמפיוטערס אייפי אדדרעס
פאר די דריקסט ענטער גיי צי אפשענס לאקעל ריסוארסעס טשעק אן די באקס "פרינטערס" און ווען די קאנעקסט זיך וועסטו קענען סעלעקטען די לאקעל קאמפיוטערס פרינטער

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 12:48 pm
דורך שוועמל
פראבלעם,

איך האב צוויי קאמפיוטער מיט די זעלבע איי פי און ער לאזט מיך נישט קאנעקטן. כאב אראפגענומען די פעסווארדס און דאך.