בלאט 1 פון 1

דורכברוך: די אינטערנעט אין 3D !!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 11:57 am
דורך שוועמל
א פירמע מיטן נאמען ExitReality האט ארויסגעגעבן אן אומזיסטע פלאג-אין צו קענען זעהן יעדן וועבסייט אין 3 דיימענשאנעל אויסקוק.

3D אז א באקאנטער טערם אין גרעפיקס. דאס ווערט ברייט באנוצט ביים פארשרייבן און אויסמאלן פלענער פאר בילדינגס און ארקיטעקטשור, א געמאלן בילד אין 3D לאזט זיך דאכטן אז מען איז 'עכט' אין יענעם פלאץ און דאס ווערט געזען אויף א וועג גענוי ווי דער אויג זעט דאס. אין אונזער פאל האט די פירמע דעזיינט די סאפטוועיר וואס נעמט די קאלירן און אימעזשעס פונעם וועבסייט און שטעלט דאס אויס אין א וועג כאלו מען איז אין א שטוב און מען שפאצירט ארום פון לינק צו לינק.

דאס איז ספעציעל אינטערעסאנט ביי וועבסייטס וואס פארמאגן מוזיק אדער אנדערע סאונד וואס דאן ווערט עס אויסגעשטעלט כאילו מען שפאצירט אין א וויינגארטן, הנאה האבנדיג פון אן אנגענעמע אטמאספערע ווען די מוזיק שפילט אונטער.

כדי צו נוצן זייער אומזיסטע טול, ברויך מען גיין צו זייער סייט http://www.exitreality.com/ און אריינשטעלן דעם אדרעס וואס מען וויל זען אין 3D דערנאך וועט ער הייסן אינסטולירן א עדד-אן וואס ערמעגליכט צו נוצן דעם אינטערעסאנטן שטיק סאפטוועיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 12:46 pm
דורך שמערי בערי
שוועמל, ס'איז מעעעעעעעעעעעעעעעכטיג, יוי איז עס צוקער זיס........

טעינק יו ווער א מענטש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 1:18 pm
דורך יעקעלע פוקס
שוועמעל אוויא אייביג, קנאגעדיגע סחורה,

( נ.ב. האסט דאך שוין אינאייוועגס געקענק אנטוהן א קאפעל פאר דעם שגץ דארט)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:37 pm
דורך איזאק
wow שוועמל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 2:42 pm
דורך אלעקסיי
געוואלדיג, יישר כח. מהנה געווען ווי אלעמאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 18, 2008 6:55 pm
דורך שמערי בערי
איין זאך פארשטיי איך נישט, מיין דיפאלט בראוזער וואס איך נוץ איז פייער פוקס, אבער ווען איך קליק א לינק אין דעם סיסטעם עפנט ער מיר עס אין איי אי, וואס מאכט שטייט מיין קאמפיוטער. וואס טוט מען צו אזא זאך?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 7:32 am
דורך thefact
א לינק וואס איז פרובירט עס מסביר צו זיין (מ'זעהט ס'איז ווייט פון פערפעקט)
http://www.breitbart.tv/?p=177443

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 9:22 am
דורך קבל את האמת
איך קען עס נישט דאנלאדען

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 9:23 am
דורך קבל את האמת
Plugin Detectedfailed