בלאט 1 פון 1
הילף מיט ספעם אימעיל
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 2:41 pm
דורך KCSP
איך האב א מענטש וואס מאכט מיר משיגע יעדען טאג מיט שטיסעם ער האט איין אימעיל עדרעס איך האב אים געלייגט אויף smap און יעדען טאג באקום איך ווייטער זיינע שטיסעם איך האלט און איין סעלעקטען spam און עס ספאמט זיך נישט. וואס טוט מען ??
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 4:11 pm
דורך thefact
לייג אים אויף די שווארצע לסטע
וועלכע אימעיל פראגראם נוצט איר (העט מען איך קענען געבן מער הילף וויאזוי מלייגט איינעם אויף די שווארצע ליסטע)
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 7:19 pm
דורך KCSP
איך ניץ נישט קיין שום ספעציעלע פראגרעם סימפעל GMAIL און זיי געבן אן אפציע צי לייגען אין ספעם, איך האב שוין געטאן אזוי אפאר מאל און עס איז גראד אריינגעגאנגען אין די ספעם פאלדער, אבער פליצלינג ארבעט שוין נישט די אפשען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 9:05 pm
דורך מאשקע
מאך א פילטער, אז יעדע אימעיל פון יענעם אדרעס זאל גלייך גיין אין ספעם אדער טרעש.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 10:03 pm
דורך KCSP
אז דעיס העלפט נישט אפשר וועט יענץ אויך נישט העלפן ?? אבער איך וועל עס אויספראבירען,
אגב ווען איך האב סעלעקט ספעם אויף יענע אימעיל איז יענע אימעיל תיכף אריינגעפלויגען אינעם ספעם פאלדער, אבער וואס ער שיקט ווייטער גייט געהעריג אדוירעך
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 10:08 pm
דורך מאשקע
ריפארטן ספעם איז א טריק, הגם ס'וואלט ווען געדארפט ארבעטן. א פילטער איז א "מעניועל" זאך וואס ער האט נישט קיין ברירה און ער מוז דיך פאלגן. טעמו וראו כי טויג.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 2:35 am
דורך KCSP
א ריזיגען ישר כח ערעב מאשקע עס האט געהאלפען
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2009 10:21 pm
דורך קרעמער
נאכדעם וואס איך האב שוין משלים געווען מיטן מצב אז מיין ספעם פאלדער ווערט טעגליך אנגעפולט מיט הונדערט פופציג אדער מער בריוולעך, האב איך באמערקט לעצטנס א נייע אנשיקעניש, אז די ספעמערס האבן געפונען א מיטל וויאזוי אויסצוקרויזן דעם ספעציעלן פאלדער וואס איז רעזערווירט פאר זייערע מיסט-בריוו, און האבן אנגעהויבן אריינדרינגן עמי בבית! אינעם אינבאקס אריין!
איז דא עפעס א וועג וויאזוי איך קען זיי בלאקירן פון אריינקומען אין אינבאקס??? איך ווער ממש צודרייט פון די צען-פופצן אזעלכע אימעילס וואס איך האב היינט אליין געעפענט, איך זוך א וועג ארויס.
איך נוץ GMAIL.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2009 11:15 pm
דורך שמערי בערי
רפארט זיי אלע אלס ספעם אויף איינמאל,עפ"י רוב קומען זיי פון מער-ווייניגער די זעלבע שיקערס, יעדעס מאל ס'קומט א נייע מאכט מען בלויז איינמאל ריפארט ספעם, און מ'שיקט פון היינט און ווייטער אלע לעזאזל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 8:55 am
דורך reb yid
ס'איז דא קאמפעניס וואס נעמען קעיר פון ספעם אי-מעילס. (פארשטייט זיך אז סעקאסט אביסל)
מיין חבר באקומט א קיימא לן פון איבער 10,000 ספעמס א טאג - ער האט א גרויסע קאמפעני, און ער מיז קעיר נעמען פון די זאכענעס.
ער דערציילט מיר, אז די היינטיגע ספעמס ארבעטן זייער קלוג, למשל, אויב די שיקסט אן אימעיל צו
yiddishworld@gmail.com וועט די ספעם דיך שיקן א ספעם-מעיל פון
yiddishworld.com@gmail.comא זייער ענדליכע אימעיל אדרעסס וואס קען אויסקרויזען די ספעם פאלדער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 10:13 am
דורך קרעמער
איך ריפארט זיי אלע אלס ספעם, אבער זיי מערן זיך ווי תגובות נאך א שוועמל ארטיקל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 11:57 am
דורך שמערי בערי
מען קען פרובירן צו מאכן פילטערס, דהיינו, אדער נאר דיינע פריינד זאלן דיר קענען שיקן, אדער אויב מען שפילט זיך ארום קען מען מאכן אז געוויסע אימעילס זאלן נישט אנקומען, למשל איך האב א פילטער וואס מאכט אז דער ווארט offer זאל נישט אנקומען צו מיר, געווענליך גע איך א קוק פאר איך מעק אלעס אויס צו ס'איז דא עפעס אינטערעסאנטס פאר מיר, צומאל מאך א א פילטער אז צב"ש א געוויסע אימעל אדרעס זאל דוקא יא אנקומען צו מיר.
(דער טערמין OFFER איז געווענליך גוט, ווייל עס שטייט אין רוב ספעם אימעיל שטייט "if you do not wish to get this offer anymore" וכדומה, און עכ"פ אין פיל פון זיי שטייט סתם אזוי אז דאס איז א געוואלדאוונער אפפער...)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 2:01 pm
דורך קרעמער
א גוטע געדאנק, יישר כח.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 4:38 pm
דורך שמיי_דריי
שמערי דאס איז א אייזענער געדאנק
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 10:18 pm
דורך קרעמער
מען קען אפשר צולייגן אז עס זאל פילטערן די ווארט UNSUBSCRIBE, דאס איז אויך א ווארט וואס קומט געווענליך מיט ביי ספעם אימעילס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2009 10:48 pm
דורך שוועמל
איז נישטא קיין רולס אין GMAIL?
איך קאנטראל ספעם אין מיין אוטלוק עקספרעס דורך קריעטן רולס אז דער און דער ווארט זאל נישט אנקומען. מיט זשימעיל בין איך נישט אזוי באקאנט, טא רעד איך נישט אריין.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 02, 2009 2:12 am
דורך reb yid
יא יא! זשימעיל האט דאס אויך.
דאס האטדעך שמערי געשריבן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 10:33 am
דורך סאכדעס
VERY VERY VERY URGENT TWO SUBJECT LINES TO BEWARE OF:
BETTER SAFE THAN SORRY.
READ AND HEED.
PLEASE INFORM EVERYONE Emails with pictures of Osama Bin-Laden hanged are being sent and the moment that you open these emails your computer will crash and you will not be able to fix it!
If you get an email along the lines of 'Osama Bin Laden Captured' or 'Osama Hanged', don't open the attachment.This e-mail is being distributed through countries around the globe, but mainly in the US and IsraelBe considerate & send this warning to who ever you know.
PLEASE FORWARD THIS WARNING AMONG FRIENDS, FAMILY AND CONTACTS:You should be alert during the next few days:Do not open any message with an attached file called 'Invitation' regardless of who sent it. it is a virus that opens an Olympic Torch which 'burns' the whole hard disc C of your computer.This virus will be received from someone who has your e-mail address in his/her contact list, that is why you should send this e-mail to all your contacts.It is better to receive this message 25 times than to receive the virus and open it
If you receive a mail called 'invitation', though sent by a friend, do not open it and shut down your computer immediately.This is the worst virus announced by CNN, it has been classified by Microsoft as the most destructive virus ever.This virus was discovered by McAfee yesterday, and there is no repair yet for this kind of virus.This virus simply destroys the Zero Sector of the Hard Disc, where the vital information is kept.
SEND THIS E-MAIL TO EVERYONE YOU KNOW
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 10:42 am
דורך שטרויזאק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 08, 2010 12:26 pm
דורך רעיא מהימנא
לעצטענס האב איך אנגעהויבען באקימען שרעקלעך אסאך ספעמ'ס. פאלגענד איז וויפיל איך האב באקימען אין די לעצטע וואכען. ווי איר קענט זעהן ווערט עס נאר ערגער. באמערקט אויך אז דעי וואך - אין היינט איז נאך נאר דארנערשטאג, האב איך שוין באקימען 13,581 ספעם אימעיל'ס!
וואס טיט מען דא???
וויאזוי צו פטור ווערן פון ספעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 11:27 am
דורך שוועמל
איך באקום לעצטענס צו א גרויס חלק פון מיינע אימעל אקאונטס זייער אסך ספעם מיט זשאנק.
איך האב שוין געמאכט רולס על גבי רולס מיט אלע מעגליכקייטן אבער זיי זענען נאך קלוגער און זיי שפילן אויס אלע מיינע רולס טראץ דעם וואס די אימעיל איז אלעמאל די זעלבע מעסעזש (שפאר דיך 80% אויף נייאגרא פולס..)
קיין איין אימעיל ווערט נישט געשיקט פון די זעלבע אדרעסס;
זיי נוצן אלעמאל אנדערע ווערטער;
די אימעזשעס פון די אימעיל איז אלעמאל פון אן אנדער פלאץ געהאסטעד;
זיי נוצן אלעמאל אנדערע ווערטער אין די סאבזשעקט;
בקיצור ממש ס'יז נישטא קיין וועג ארויס, זוך איך יעצט א גוטע דריטע-פארטי סאפטווער וואס זאל קענען הענדלען און תיכף דיליטן די אלע סארט ספעמס.
איך ווייס אין זשימעיל קומט נישט אן קיין ספעם, סא איז זיכער דא א וועג מיט די חברה.
קען איינער זאגן וואסערע טירד-פארטי פראגראם איז גרינג און עפפעקטיוו פאר אוטלוק עקספרעס 6?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 26, 2010 5:04 pm
דורך WSPU
im getting the same, but its goes B'H strait to the spam folder. not using outlook