בלאט 1 פון 1

זשעי נעט אימעילס; א געוואלד מיט ספּעמס !

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 7:53 pm
דורך שוועמל
פאר אלע וואס האבן זשעי נעט אקאונטס, אדער באנוצן זיך מיט א זשעי נעט אימעיל:

די לעצטע פאר וואכן ווערן געשיקט צענדליגער ספעם אימעילס פון אדווערטייזמענטס - טייל דערפון אומאויסגעהאלטענע לינקס - צו פולע זשעי נעט אימעיל אדרעסן. דער שיקער שיקט דורך CC אדער א דריטע-פארטי אימעיל הענדלער און רוב מאל קען מען זעהן אלע איבריגע אדרעסן ווי אהין ס'יז אלס אנגעקומען.
טייל מאל איז דער נאמען אינעם TO צו גאר אן אנדער אדרעס פון מיין אבער עס קומט אן צו מיר אויכעט דורך CC מסתם.

איך פלאג מיך געפערליך לעצטענס מיט די ספעם אימעילס, ממש יעדע האלבע שעה נאך איינס. כ'אב פרובירט צו מאכן רולס אין אוטלוק עקספרעס אז ווען ס'קומט אן פון יענע און יענע אדרעס זאל עס גלייך גיין אין מיסט אד"ג, אבער ער שיקט יעדעס מאל פון אן אנדער אדרעס כמנהג ספעממערס.
נאך א רול האב איך געמאכט וואס האט עטוואס לייכטער געמאכט אז יענע און יענע SUBJECT אדער MESSAGE זאל גלייך ווער דיליטעד, ווייל ער פלעגט שיקן די זעלבע מעסעזש הונדערטער מאל. אבער דאס איז נישט קיין גענצליכע סאלוציע ווייל דאך קומען כסדר אן פרישע אנשיקענישן מיט אנדערע SUBJECT און אנדערע מעסעזשעס.


איך אפעליר צו אלע וואס האבן @thejnet.com אימעיל אדרעסן זאל ביטע דא שרייבן צי זיי ליידן אויך דערפון און מען וועט מטכס עצה זיין וואס צו טאן דערוועגן. אפשר רעדן צו זשעי נעט זאל עס פילטערן אויף עפעס א וועג.
איך קען דא פאוסטן אימעיל אדרעסן וואס כ'אב אלס באקומען אין די CC איר וועט נישט גלייבן.

א טיפישער ספעס אימעיל קוקט אויס בערך אזוי:
(לייג צו א t בעפאר דעם .com איך וויל אים נישט געבן קיין לינק פון דא)
Time to Extend or Buy your automobile an Affordable Warranty

Click here http://www.getbefas.com/Warranty/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:02 pm
דורך אבאמא09
איך האב זשעי נעט איך האב מיך ב"ה נאכנישט אנגעשטאלפערט אין דעם פראבלעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:21 pm
דורך מאשקע
זייער אימעיל מאכט א געוואלד מיט פראבלעמען און האט נישט קיין שום מעלה, נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.

מ'קען נאך אלץ האבן דזשעינעט אינטערנעט סערוויס אבער אימעיל פון אן אנדערע קאמפאני. מ'דארף נישט ליידן על לא דבר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 9:52 pm
דורך איך_הער
איך האב זשעי נעט, און סימער אפילו נישט בייגעפאלן צו ניצן זיי אימעיל סערוויס, איך ניץ די געשמאקע זשימעיל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:17 pm
דורך יאנאש
סעים היער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:40 pm
דורך שמערי בערי
ביידאוועי ביי איינע פון מיינע אימעיל אדרעסן אויף גי'מעל האבעך לעצטנס אנגעהויבן צו באקומען ספעמס אז ס'א שרעק!!!

בערך צווישן 30 און 85 א טאג!!!

כ'האלט עפעס אין איין געווינען לאטעריס אין טשיינע, איך דארף "נאר" צאלן כך וקראך און זיי שיקו מיר עס.

אויך איינער וויל מאכן עפעס א ריזיגע טרענזעקשאן, און ער האט נישט קיין אקאונט וואו עס צו לייגן, וויל ער עס לייגן אין מיין אקאונט, און נאכדעם גייט ער זיך צוטיללן מיט מיר מיט די געלט....

כהנה וכהנה הוסיפו בני עולה לשלוח יד בגימעיל, וואס איך קען סטאפעך, אבער וואס נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:41 pm
דורך שמערי בערי
ולמודעי אז דער בילד איז נאך בלויז צוויי טעג!!!!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 12:34 am
דורך מאשקע
99 איז אסאך? לאקי דו! פריי דיך אז ס'קומט אן אין ספעם פאלדער. וועמען שטערט עס דארט? ינוח בשלום על ספאמו. איך האב יעצט איבער 1,000 אימעילס אין ספעם, און איך ווייס עס נאר ווייל כ'האב געקוקט דערויף.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 9:30 am
דורך 3x0
איך האב אין 08' באקומען פינף אימעילסביי מיין דזשעניט אימעיל אקאונט. איינס האט איינער עגשיקט צו מיר בטעות, און די אנדערע פיר איז פון דזשעינעט קאסטומער סערוויס.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 10:36 am
דורך moishy08
איך לייד מיר אויך געפערליך אן מיט די זשעי נעט אימעיל אדדרעססן , מיטן קאנפיגערן פון אנדערע אימעיל אדדרעסן, צו מיט זייער טעק דיפארטמענט, אויב איז נישט אנגעקומען וויכטיגע אי מעילס זאגן זיי מיר אז דער סענדער'ס קאמפיוטער איז נישט גוט ווען עס קומט יא אן מיט דזשי מעיל , האב איך זיי געבעטן אז זיי זאלן אדורך לאזן דזשי מעיל און עס ארבעט א מחי'

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 11:15 am
דורך דארפסמאן
1) איך האב געהאט א זשעי נעט אימעל דורך איינעמם אקאונט (ער האט אויפגעסעט אויף מיין אינישאלס אין מיר עס געגעבען) ביז איין טאג האט עס אויפגעהערט ארבעטן האב איך געפרעגט מיין חבר האט ער מיר געזאגט אז ער האט נישט בייצאלט זיין ביל האב איך געקאלט זשעי נעט זיי זאלען מיר נאר אריין לאזען איין מאל צי נעמען מיינע זאכען און גיין אבער זיי האבען עס נישט ערלויבט, אין די ערגסטע פון אלעם אז ווען מען שיקט א אימעל אהין באקימט מען נישט קיין ערער אדער א מעסיטש אז עס ארבעט שוין נישט, אפאר מענטשן האבען מיך שוין געקאלט אז זיי האבען מיר געשיקט א אימעל אין אפארוואס איך ענטפער נישט

2) וועגן ספעם איז עס געפערליך עס איז נישט אזוי ווי ביי GMAIL ווען מען דריקט REPORT SPAM גייט עס גראד אריין אין ספעם מען קען דריקען ביז מארגען אין עס קימט יעדן טאג נאכאמאל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 2:05 pm
דורך עולם_גולם
I am also getting hit with a lot of junk mail in my Jnet email account lately,so I opened a Gmail account and made all my Jnet email should automatically be forwarded to that Gmail account,and I set up my outlook to get all the emails form the Gmail not from the Jnet,since gmail dos a much better job in blocking spam. For anyone that has this spam problem, I suggest they should do the above idea,it works like a charm.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2009 9:59 pm
דורך מאשקע
אבער אז דו האסט עס דירעקט געפארווערד צו דיין דזשימעיל אקאונט, וועט עס נישט אריינגיין אין דיין אינבאקס אפילו ס'קוקט אויס ווי ספעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 2:21 pm
דורך עולם_גולם
ר' מאשקע.

איך פארשטיי נישט פינקטלעך וואס די פרעגסט/זאגסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 5:06 pm
דורך מאשקע
איך טראכט אז וויבאלד דו האסט עס מעניועלי געפארווערד פון דזשעי-נעט צו דזשימעיל, וועט עס דזשימעיל באטראכטן ווי לעגיטימע אימעיל און עס דעליווערן צו דיין אינבאקס און נישט צום ספעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 5:07 pm
דורך שמערי בערי
לויט מיין ביסל עקספיריענס באטראכט דשימעיל א גע'פארווער'טדע אימעיל גענוי ווי א אריינקומענדע אימעיל. און אויב איז עס ספעם גייט עס גלייך אין ספעם אריין.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2009 5:32 pm
דורך אונגארישער
מיר ניצן דזשעי נעט אין גימל מעיל

אויכעט האבן מיר א שטיקל פראבלעם אז לעיטלי קימט מיר אן ספעם אין מיין אינבאקס

עני באדי האט דעם פארבלעם ?