בלאט 1 פון 2

פייערפאקס Versus איי אי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 10:37 am
דורך ווער בין איך?
פארוואס ארבעט פייערפאקס שטאטער ווי איי אי, אסאך מענטשן זאגן אז עס ארבעט שטאטער און אסאך מענטשן זאגן אז עס ארבעט שנעלער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 6:36 pm
דורך שוועמל
לכאורה ווענדט זיך וועלכע סייט מען וויזיט.

די עיקר מעלה פון פייערפוקס איז נוגע פאר אדווענסד יוזערס וואס גלייכן די 'אפען סאורס' און די דעקאודינג סיסטעם פון פייערפוקס.
א בראוזער דארף פארשטיין וויאזוי אויסצוליינען די אלע סארטן קאודס און סקריפטס מיט וואס א וועבפעיזש איז געבויט, אדער זשאווע און אנדערע קאודס למיניהם. עס זענען דא בלי גוזמא טויזענטער מינים סקריפטס און יעדע בראוזער פארטייטשט עס אנדערש, נישט אלעמאל זעהט מען דעם חילוק, און אמאל לייענט עס איי אי שנעלער און אמאל פייערפוקס שנעלער.

איך ווייס פון א קאוד וואס איי אי ליינט בכלל נישט און מען קען נאר נוצן יענע פונקציע מיט פייערפוקס. זשאסט א דוגמא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 10, 2008 6:52 pm
דורך ווער בין איך?
גלייך ווען איך מאך אויף פייערפאקס אדער איי אי צו גוגל איז איי אי שנעלער
אבער שכוח עניוועי

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2008 10:42 am
דורך שמערי בערי
ווי איך האב שוין אמאל ערוועהט דא אין די געגענט, ארבעט ביי מיר פייערפאקס פיל פיל שנעלער!

אי איי נעמט ביי מיר עקסטרע לאנג יעדע בלאט עקסטער!!

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2008 2:22 pm
דורך MUTCHE
איך ניצט OPERA וואס איז פיין פאר קרעטשמע ווען מען וויל צוריק מישן א בלעטל, דארף מען נישט ווארטן עס זאל זיך נאכאמאל לאודען נאר עס גייט באלד צוריק (פארשטייט זיך אז די אלטע בעלטעל וואס מען מישט צוריק צו איז נישט אפדעיטעד, און פארדעם דארף מען דרוקן ריפרעש, אבער ווי געזאגט, פאר קרעטשמע איז עס א מחי').
ס'קען בעיקר צוניץ קומען פאר די וואס האבן גאר שטייטע קאנעקשענס (דייל אפ וכדומה)

פארעפענטליכט: שבת יולי 12, 2008 10:49 pm
דורך מאשקע
אינטערעסאנט, מאטשי. די זעלבע מעלה האט "אפערע מיני" פאר בלעקבערי און פאלם.

פארעפענטליכט: שבת יולי 12, 2008 10:51 pm
דורך איש חסיד
דזאסט פאר די רעקארדס ביי מיר ארבייט פייערפאקס שנעלער איי אי איז ממש נישט אין מויל צו נעמען

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 12:42 am
דורך MUTCHE
אפערא פאר פאלם ארבעט שרעקליך שטאט....

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 14, 2008 3:00 pm
דורך אלעקסיי
איש חסיד האט געשריבן:דזאסט פאר די רעקארדס ביי מיר ארבייט פייערפאקס שנעלער איי אי איז ממש נישט אין מויל צו נעמען

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 12:11 pm
דורך נאטורליך
רבותי, האט איינער עקספיריענס מיט safari פאר ווינדאוס? עפל האט מיך היינט מפתה געווען עס דאון לאדען און אינסטאלען. איז מיין שאלה צו אייך, מה טובו של ירק זה? איז עס בעסער פון ie
א דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 12:20 pm
דורך נא_שכל
רעדנדיג פון פיערפאקס

אוי אין נאך א מעלה איז ....
זי האט צוגעלייגט אן "עד אן" די "דאונלאד מענדזשער" וואס איז ארגינעל אן עקסטערע מחיה'דיגער פראגראם free download manger, די מעלה איז בעיקר ביי די וואס האבען נישט קיין סטאבילע אינטערנט קאנעקשאן אדער דייל אופ, מען קען דאונלאודען גרויסע פראגראמען אין עס אפשטעלען אינמיטען דאונלאדען און עס צוריק ריזאמען א צווייטע מאל אין עס ווערט נישט פארלוירען דאס חלק וואס האט זיך שוין געאקאפיט אויפען קאמפיוטער.

ווידער א מעלה איז ...
דאס צירוקגיין צום פריערדיגען בלעטעל עס גייט ווי אן אויגען בליק.

נא_שכל

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2008 7:13 pm
דורך פויער
איך האב גענוצט פייערפאקס ביז היינט עס איז געווען א מחי' היינט האט ער זיך גענומען קראכן יעדע 2 מינוט
איינער ווייסט אפשר וואס איך האב איהם שלעכטס געטוהן?
פארוואס טוט ער דאס צו מיר?
ימים ידברו

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2008 7:31 pm
דורך לחיים ולברכה
אסאך מאל מאכט זיך ווען ער עפענט א סייט וואס האט אן ערארר, קראכט ער. פרוביר עפענען אנדערע סייטס און זעה אויב ס'קראכט אויך יעדע 2 מינוט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 27, 2008 9:09 pm
דורך scy4851
נאטורליך האט געשריבן:רבותי, האט איינער עקספיריענס מיט safari פאר ווינדאוס? עפל האט מיך היינט מפתה געווען עס דאון לאדען און אינסטאלען. איז מיין שאלה צו אייך, מה טובו של ירק זה? איז עס בעסער פון ie
א דאנק פון פאראויס
איך האב אויף מיין דעסקטאף
IE
OPERA
NETSCAPE
SAFARI
FIREFOX
MAXTHON
AVANT

איך האב שוין געניצט די אלע
איך קען נישט זאגען ווועליכע איז בעסער,
דאס קען איך יא זאגען אז איך האב די מערסטע פראבלעמען און דאס שטאטסטע איז IE
מיין IE איז ווערזשען 7

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2008 4:57 am
דורך פויער
לחיים ולברכה האט געשריבן:אסאך מאל מאכט זיך ווען ער עפענט א סייט וואס האט אן ערארר, קראכט ער. פרוביר עפענען אנדערע סייטס און זעה אויב ס'קראכט אויך יעדע 2 מינוט.


וואספארא פראבלעם איז דא אין היימישע קרעטשמע ביי דעם בעיקר קראכט ער
אבער ער קראכט למעשה איבעראל כ'ווייס נישט פארוואס

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 28, 2008 6:57 pm
דורך איש חסיד
סקען זיין א נייע עדד-אן אויך קענסטו טרייען עס צו אפדעיטן אויב האסטו נאך נישט 3 אדער אפשר נאך די ערשטע FF3 סאיז שויןנ לעצטע וואך געווארן אפדי=עיטעד

Re: פייערפאקס Versus איי אי

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 7:01 am
דורך פויער
איך בין צוריק געגאנגען צו פייערפאקס 2 און אלעס ארבעט א מחי' ב"ה

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 10:14 am
דורך arender
פייער פוקס האט פיל מעלות איבער איי אי, הויפט דערפון איז ווי שוועמל האט געזאגט, אבער פיל מער, ווי למשל אן אויסשטעל פון א סייט, איי אי ליינט זייער נישט גוט אפ דאס אויסשטעל, אדרבה עפענט אידישע וועלט צו די פארומס אויף ביידע און זעהט אליין די חילוקים,

פייער פוקס 3 איז אין מיינע אויגן נאך נישט רעדי, עס פעלט צו פיל פלאג אין'ס וואס ארבעט אין 2 אבער נישט אין 3, און וויכטיגע פלאג אין ווי מידיע פלעיערס אד"ג, כ'האב עס גענוצט אויף איין וואך צו טעסטן די פארומס דא, אבער כ'האב עס גלייך דערנאך צוריק געטוישט.

אויף וואס כ'ווארט יא איז די פייער פוקס מאביל, וואס לויט וויפיל כ'האב שוין געזעהן דערפון, קוקט עס אויס ווי עס גייט זיין געוואלדיג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 9:53 am
דורך אלעקסיי
פייער פאקס לאזט מיר נישט אינסטאלען לעצטענס קיין פלאג אינס, ער שרייט:

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 12:40 pm
דורך שוועמל
פויער;
איך פלעג אויך נוצן א קורצע צייט פייער פוקס און ס'האט מיר אנגעהויבן קראכן אז ס'יז געווען א שרעק. אנאינסטולד און פארטיג כ'אב מיך נישט געהאלטן ביים פלאגן דערמיט, און צוריק צו איי אי.

די נעקסטע וואס איך נוץ איז אפערע עס איז בלי גוזמא 'די שנעלסטע' בראוזער ואוס איז דא!
פון מאל צו מאל פעלט א פיקטשור דא דארט, און דאס קומט צוליב שנעלקייט, אגב רהיטא אחסריה. אבער מען דרוקט ריפרעש און ס'קומט צוריק.

נאטורליך;
עפל פאר ווינדאוס איז גענוי די זעלבע ווי סאפארי אין מעק, זשאסט ענאדער בראוזער. גראדע ליינט ער נישט פול קאודס וואס אנדערע ליינען יא.
נעטסקעפ און אווענט האבן נישט קיין שום מעלה אין מיינע אויגן. נישט כדאי זיך מטפל זיין מיט יעדן שמויגער פאר זיך טויג ער וואס באשליסט ארויסצוגעבן א בראוזער.

למעשה איך נוץ ווייטער איי אי 7 דאס איז די בעסטע בראוזער מיט די מערסטע פונקציעס פון אלע. די 'בעסטע' נישט די 'שנעלסטע'.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 1:04 pm
דורך איך_הער
שוועמל, איווענט, האט א מעלה, (כ'מיין אז נאך איינער האטעס, כ'דענקט שוין נישט ווער.) אז מ'קען אנשטעלן, אז ס'זאל זיך ריפרעשן די פעיזש, יעדע פופצן מינוט, אין אלט קרעטשמע איזעס געווען א מעלה, אז מ'זאל נישט ווערן ארויס געסיינט ווען מ'גייט אוועק פונעם קאמפעיוטער פאר א שעה, און דאדורך פארלירן די ארענזשעס, דא פעלטעס נישט אויס, אבער סיז נאך אלץ א מעלה ביי אנדערע סייטס, אז מ'זאל נישט ווערן ארויס געסיינט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 1:43 pm
דורך קוימען קערער
דער עיקר חילוק צווישן פייערפאקס און איי אי איז אז פייערפאקס איז א גרויסער CPU און מעמארי פרעסער, אויב האט מען א גוטע CPU און אסאך מעמארי איז פייערפאקס שנעלער, אבער אויב מען האט שוואכערע מאשין איז איי אי בעסער

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 3:55 pm
דורך אבאמא09
א דאנק שוועמעל פאר דיין אינפארמאציע, איך האב אויך לעצטענס געפערליכע פראבלעמן מיט פייער פאקס, יעדע צווייטע סייט וואס איך עפען, מאכט ער זיך גענצליך צי.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 9:21 am
דורך בןהרחמן
איך האב אינסטאלד פייער פוקס און ביים עפענען עפעס א זייטל וואס איז געווען געלינקט דא אינעם פארום האט עס געשריבן אז עס פעלן פלאג-אינס פלעש פלעיער און קוויקטיים פלעיער, פארשטיי איך נישט וואס גייט דא פאר, ווייל אין מיין איי אי ארבעט יא יענער זייטל און עס בעט גארנישט צו אינסטאלן קיין פלאג-אינס זעהט אויס אז עס איז יא אינסטאלד דאן פארוואס דארף איך דאס עקסטער אינסטאלן נאכאמאהל?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 9:48 am
דורך פויער
אז עס איז אינסטאלט פאר איי אי מיינט נאך נישט אז עס איז אינסטאלט פאר פייערפאקס עס איז נישט א גאנצע פראגרעם עס איז נאר א פלוג-אין, אין יעדע בראוזער דארף מען דאס עקסטער אינסטאלען