בלאט 1 פון 2

איז דא א וועג צו בלאקן אינטערנעט חוץ אימעיל

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 4:36 pm
דורך פויער
איז דא א וועג צו בלאקן נאר די אינטערנעט אבער אימעיל זאל יא ארבעטן?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 5:21 pm
דורך אנדי פעטיט
יא! איר קענט האבן YESHIVA MAIL און איר וועט נישט האבן קיין אינטערנעט. דאס איז אויף א קאמפיוטער, איך ווייס נישט וועגן אויף א סעלפאון.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 5:27 pm
דורך פויער
איך רעד דורך ווינדאויס
INTERNET OPTIONS

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 5:30 pm
דורך אנדי פעטיט
דו דארפסט רופען די YESHIVA NET קאמפאני זיי וועלן דיך זאגן ווי אזוי עס צו טון.

http://www.yeshivanet.com/

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 6:18 pm
דורך פויער
פאר פרי?
זיי בעטן געלט פאר די פראגרעם איך גלייב נישט אז זיי זאגן אינסטראקשענס וויאזוי מען קען עס מאכן אן זייער פראגרעם

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 7:22 pm
דורך זיידעניו
דשעי נעט האט אויך אזא אפשען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 10:44 pm
דורך מאשקע
דו זעהסט נישט אז ער האלט נישט ביים צאלן קיין פרוטה אחת?

און אויסער דעם, מעגליך אז ער וואוינט אין א דארף וואו דזשעי-נעט האט נאכנישט קיין סערוויס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 12:14 am
דורך אלץ-ווייסער
יא. מ'קען אנשטעלן אינטערנעט עקספלארער אז מ'זאל נישט קענען אריינגיין אין קיין שום סייט.
גארנישט וועט נישט ארבעטן. קיין איין לינק. פאר אומזיסט.

דארפסט גיין צו TOOLS
OPTIONS
קאנטעט עדווייסאר
און דארט אנשטעלן צו בלאקן אלעס.
און דו שטעלסט אן א פעסווארד, וואס דו שרייבסט נישט אראפ...

פאר מער אינפארמאציע קוק דא:
http://www.microsoft.com/windows/ie/ie6 ... onfig.mspx

עס ארבעט פאר די IE 7 אויך.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 12:15 am
דורך אלץ-ווייסער
קענסט דא אויך אנשטעלן עס זאל דיך נאר אריינלאזן צו די היימישע קרעטשמע, און דעמאלט וועט קיין שום סייט נישט ארבעטן נאר דאס.

הקיצור, JNET פארציילט דיר נישט אלע סיקרעטס וואס מ'קען האבן בחנם.
די פעסווארד איז נישט לייכט צו ברעכן.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:39 am
דורך פויער
יישר כח
אבער דאס ארבעט נאר אויף INTERNET EXPLORER, אנדערע בראוסערס ווי למשל FIREFOX קען מען ווייטער ניצן געהעריג
איז דא א וועג פאר דעהם צו בלאקן אלע אפליקעישאנס חוץ אימעיל?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 10:31 am
דורך אבאמא09
קניידל ארויס דעם פייער פאקס פון דיין קאמאטער, אין נוץ טאקע יא אינטערנעט עקספלאזשען.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 11:54 am
דורך יאהאן וואלפגאנג
האסט גארנישט פון ארויסקניידלען, ווייל יעדער קען נאכדעם אינסטלירן פייערפוקס און ארבעטן ווייטער אומגעשטערט. די איינציגסטע זאך מיין איך איז צו נוצן א פערענטעל קאנטראל פראגראם וואס לאזט אנשטעלן פונקט וואס מען וויל.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:03 pm
דורך פויער
יא אבער דאס ארבעט נאר אויף א יוזער אקאונט נישט אויף אדמיניסטרעיטאר איז א וועג וויאזוי עס צו מאכן אויף אדמיניסטרעיטאר?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 8:20 pm
דורך פאטאקי08
יא עס איז דא א וועג צי בלאקען אינטערנעט דורך סיי וועלכע פראגרעם און ניצן אימעיל דורך אוטלוק

מאכען א "סטעטיק איי פי אדדרעסס" און לאזען ליידיג די "די ענ עס"
און אריין לייגען אין אוטלוק די אייפי אדרעסס פון די מעיל סערווער

פרטים און די קומענדיגע תגובה אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 8:35 pm
דורך פאטאקי08
פאר די מאכסט א סטעטיק אייפי אדדרעסס זאלסטו פינגען די POP און די SMTP וואס דיין מעיל אקאונט ניצט און אריין לייגען די אייפי אדדרעסס וואס קומט ארויף ביים פינגען אנשטאט די געווענליכע ווערטער וואס מען דארף אריין לייגען אין די POP און אין די SMTP

דערנאך נעם אראפ די DNS

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 8:36 am
דורך פויער
וויאזוי מאכט מען א סטעטיק IP אדרעס?
ווי איז די DNA SERVER?
און וואס מיינט פינגען?

איך בין א גרויסע מן הארץ ביי די זאכן קען עס אפשר איינער ברייטער אויסשמועסן?
יישר כח למפרע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:12 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
איך מיין אז אויב דו קענסט נישט די איינפאכע א"ב איז בעסער זאלסט לאזן א צווייטן דאס ערלעדיגן פאר דיר. (דעתי הענייה)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:14 pm
דורך וואס וויסטע
אדער זאל ער זיך זעצן לערנען וועט ער ווערן א תלמיד חכם (דאס איז וואס איך טו ווען איך קום אן צו א זאך וואס איך קען נישט)

נאכדערצו מיט גאגעל ירום הודו קען ער מיט אפאר מינוט קענען די גאנצע זאך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:18 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
גוט געזאגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:34 pm
דורך פויער
פאטאקי
זיי מסביר וואס מיינט פינגען
די אנדערע זאכן וועל איך מיך שוין א עצה געבן איך ווייס בערך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 3:08 pm
דורך יאהאן וואלפגאנג
פינגען מיינט זייער פשוט. גיי אריין צו סטארט > ראן > cmd און דריק ענטער.

קלאפ אריין ping yourservername.com און קנאק ענטער. דאס איז פשוט א גוטע וועג צו קריגן די איי פי אדרעס פונעם סערווער אנשטאט דעם מענטשליך-פריינטליכע יו.אר.על אדרעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:29 pm
דורך פויער
יישר כח
ער געט די זעלבע IP אדרעס פאר די POP אדרעס און פאר די SMTP אדרעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:42 pm
דורך חיים
איך האב נאך נישט אדורך געטוען די עסק אבער פאר אלעם וויל איך פרעגן צו לויט די סיסטעם וואס מען האט פריער דעבאטירט צו מאכן געהעריג אינטערנעט און נאכדעם אוועקווארפן די קאוד נומבער צו קען מען אויך מאכן אויף די זעלבע סיסטעם אז נאר אימעיל מיט נאך עטליכע סייטס זאלן זיין אפן א שטייגער ווי די wite list אויף j net וואס מען בלאקט אלעס און מען לאזט נאר אפן עטליכע וויכטיגע סייטס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 6:02 pm
דורך פויער
איך האב עס געטרייט עס וויל זיך נישט בכלל קאנעקטן אנע DNS
ממילא קען איך נישט דאונלאדן אימעילס

אפשר האב איך עפעס געמאכט ראנג

איך האב געמאכט א סטעטיק איי פי דורך די אינסטראקשענס http://portforward.com/networking/static-vista.htm
חוץ פון די DEFAULT GATEWAY און די SUBNET MASK וואס איך ווייס נישט ווי מען לייגט עס אריין אין וויסטע
און געלאזט די DNS ליידיג עס וויל זיך נישט קאנעקטן

אפדעיט!!!
איך האב נאכאמאל געטשעקט נאר ביי מיין BROADBAND האב נישט די אפשען
ביי מיין LAN CONNECTION האב איך עס יא
דארף איך עס דארט מאכן?

אבער דארט האב איך נישט קיין איי פי אדרעסס ווען איך זיך ביי IPCONFIG ALL
וואס דארף איך טוהן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 6:23 pm
דורך פויער
חיים לכאורה יא
קענסט עס לייגן ביי אפראוועט סייטס