בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 6:53 pm
דורך פאטאקי08
איך צי צוריק איך האב נישט געוואוסט אז די האסט וויסטע
וואס "וויסטע" פון מיר איך רעד פון XP
ביי די וועי מוזט נישט פינגען עס איז דא גענוג און נאך וועב סייטס וואס געבן דיר די איי פי אדדרעסס פון יעדע סייט למשל
http://www.hcidata.info/host2ip.cgi
נאך א זאך איך האב געטרייעט דורך די וועג אריין צי לייגען די איי פי אדדרעסס פון אידישע וועלט און סהאט געארבעט אבער היימישע קרעטשמע פינגט א אייפי אדדרעסס וואס די קומסט דערמיט אן צי די האוסטינג סייט פון היימישע קרעטשמע אבער נישט היימישע קרעטשמע זעלבטס אפשר ארענדער וועט וויסן די אייפי אדרעסס מיט די פארט נומער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 7:15 pm
דורך חיים
פויער יישר כח אבער אויב עס איז מעגליך זיי אביסל מער מסביר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 7:50 pm
דורך איש חסיד
איך פארשטיי נישט וואס די אויפטו וועט זיין מקען דאך עני טיים טוישן די זאכן אדער צו לייגן נאך סייטס, איך מיין אז א פילטערינג סאפטווער וואלט געווען די בעסטע זאך
http://www.k9webprotection.com הייסט זייער גוט איך וויל טאקע וויסן וואס איינער ווייסט וועגן די K9 פילטער איך טראכט אפשר צו עס ניצען ווייל עס זעהט מיר אויס זייער גוט
די פראבלעם איז נאר אז מען קען עס דיסעיבלן אבער מקען געבן די פעססוארד פאר א מענטש וואס מטראסט,
כמיין אז מקען דארט מאכען א ווייט ליסט ווייל מקען אינגאנצען בלאקן אינטערנעט עקסעס מיט טיים לימיט און נאכדעם מאכן אלוועיס אלאוי ליסט
אה! און כהאב פארגעסן צו זאגן סאיז אומזיסט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 2:30 pm
דורך thefact
K9 וועב פראטעקשאן איז זייער גוט איך האב עס שוין איינגעשטעלט פאר אסאך מענטשן
פארשטייט זיך ווי איש חסיד האט שוין דערמאנט העלפט עס נאר פאר "יענעם" ממילא דארף עס א "צווייטער" איינשטעלן פאר דיר, און זעה אז יענער זאל זיין "קאמפיוטער 'סעווי' (ראפינירט)" ווייל אז נישט קען ער דיר חרוב מאכן דייין קאמפיוטער און דערנאך וועט דיר דיין טעקנישאן טשארדזשן דאס געלט וואס דו האסט דיר פארשפארט וד"ל
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 2:34 pm
דורך חיים
איך האב געטראפן זייער א גיטע פראטעקטער ווער עס וויל מזכה זיין דעים עולם זאל ביטע שרייבן די אינפארמאציע איבער די פראגראם אין אידיש
http://www.toplang.com/
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 4:18 pm
דורך thefact
חיים האט געשריבן:איך האב געטראפן זייער א גיטע פראטעקטער ווער עס וויל מזכה זיין דעים עולם זאל ביטע שרייבן די אינפארמאציע איבער די פראגראם אין אידיש
http://www.toplang.com/
JHHO ף
חיים דו מיינסט אוודאי "אינטערנעט לאק"
http://www.toplang.com/internetlock.htm
דו האסט עס אויספראבירט?
געקויפט אויכעט?
וויזוי איז סאפפארט?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 4:30 pm
דורך איש חסיד
סזעט אויס א גוטע זאך, אבער ער קאסט דאך געלט, טא פארוואס זאל מען זיך גיין מיטשענען טרעפן קרעקס ואביזריהו, ווען
K9 גיבט דאס אימזיסט,
מקען מאבן א ווייט ליסט זייער פשוט מגייט צו Setup/Web Categories to Block סאלעקט קאסטאם און בלאק אלעס קאטעגאריעס און אויך אינטן בלאק אנרעיטעט וועב סייטס,
נאכדעם ביי וועב סייט עקסעפטשאנס לייגט מען אריין און די Always Allow וועלכע וועב סייט מוויל דורך לאזן,
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 8:06 pm
דורך חיים
איש חסיד איך האב נשיט די ווערטע רדיר צו דאנקען פאר די וויכטיגע אינפארמאציע וואס די האסט אונז געשאנקן איך האב עס אינסטאלט אין מיין קאמפיוטער און עס איז ממש אמחי' כשר בתכלית הכשרות, דערווייל האב איך נאך געלייגט א פעסווארד וואס אך געדענק ווילאנג איך קען מיך נישט געהעריג אויס מיט די סיסטעם פון k9
איין זאך האב איך א שטיקעלע קשיא וויאזוי פארמאך איך די נייעס אויף גאגל אז מען זאל נשיט קענען אריינגיין דארט נאר מיט א פעסווארד ווען גאגל פעיזש אליין לאז איך אפן אהן א פעסווארד?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2008 8:24 pm
דורך חיים
איש חסיד איך האב יעצט איינגעזעהן אז איך בין אויף געהאקטע צרות נאכדעים וואס איך האב געזעהן אז איך קען אנאינסטאלן די פראגראם ביז צוויי מינוט אויב אזוי איז דאך עס גארנישט ווערט וואס קען מען טון דערצו אז איך זאל עס נישט קענען אנאינסטאלן
זיי בעטן טאקע א פעסווארד כדי עס צו אנאינסטאלן אבער איך האב געשריבן פארגאט פעסווארד האבן זיי מיר ביז א רגע געשיקט אויף מיין אימעיל אדרעס א נייע פעסווארד וואס איך זאל עס דורכדעים קענען אנאינסטאלן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 5:37 pm
דורך פיקח
opendns.com דארף אויך צו זיין גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 5:57 pm
דורך איש חסיד
איך פארשטיי נישט וואס די גרויסע ויצעקו מיט די אימעיל איז, די זעלבע וואס מאכט דיר די פעססווארד פאר K9 קען עס מאכן פאר די אימעיל אויך, אדער גיב מתחילה דיין חברס אימעיל,
וועגן גוגל איז עס זייער פשוט לייג אריין
http://news.google.com אין די אלוועיס בלאק ליסט, אגב זיי האבן אויך א אפשאן אז מען זאל מיזען ניצן גוגל סעיף סירטש, סאיז ביי אדער סעטטינגס
מקען אויך בלאקן קיווארדס אין די סירטשס און אזוי אויך אין איעדע URL למשל אויב מוויל בלאקן די ווארט אבאמא [סאיז נאר א משל] איך האב נישט יעצט קיין צייט איך וועל אפשר ענדיגן
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 16, 2008 11:57 pm
דורך חיים
איש חסיד יישר כח און איך האב טאקע אליין אויך געטראכט די זעלבע תירוץ איך וועל עס אביסל אויסשמועסן לזכות את הציבור
מען גייט אריין צו די סייט פון
www.k9webprotection.com און מען טייפט אריין אלע אינפארמעישן וואס זיי בעטן און אויף די אימעיל אדרעס לייגסטו אריין דיין חבר'ס אדרעס
עס וועט אנקומען צו דיין חבר'ס אימעיל אדרעס א גאנצע באקס וואס עס שטייט אויף דעים א גרויסע ברוכים הבאים Welcome to the K9 Community!
בעט דיין חבר אז ער זאל דיר עס פארווארדן forward ווייל אן דעים קענסטו נישט גיין ווייטער
ווען די זעסט דעים קעסטל וואס זיי האבן דיר געשיקט דריק אריין ביי Download K9 Web Protection
און פון דארט און ווייטער דארפסטו פאלאוען די אינסטראקשענס, ווען אלעס איז פערטיג גיי אריין צו סעטאפ (אויב איך געדענק גיט דארפסטו גלייך זעהן די קנעפל אז נישט נוץ אביסל דיין קאפ לכאורה וועסטו עס טרעפן) דערנאך Web Categories to Block סעלעקט קאסטאם און בלאק אלע קאטעגאריעס און אויך אינטן בלאק אנרעיטעט וועב סייטס,און סעיוו אלעס, און די ביסט געסעטלט
איך האב פארגעסן צו שרייבן אז ווען זיי בעטן דיר א פעסווארד לייג אריין א לאנגע פעסווארד מיט אלע מינע אותיות און נומבערס עס זאל זיין גאר לאנג אז די זאלסט דאס נישט קענען געדענקן,שרייב אראפ די פעסווארד כדי אויב עס פעלט זיך אויס זאלסטו נישט האבן קיין פראבלעימען און ווען אלעס איז שוין אויפגעסעט צורייס די צעטל ווי די האסט עס אויפגעשריבן און ביסט אויף די ריכטיגע רעלסן
אויב ווילסטו מאכן א ווייט ליסט ד.ה. אז די ווילסט לאזן אפן געוויסע סייטס ווי למשל היימישע קרעטשמע... דעמאלס גיי אריין ביי די לינקע זייט ביי וועב סייט עקסעפטשאנס לייג אריין און די Always Allow וועלכע וועב סייט די ווילסט דורך לאזן
ווילאנג די געדענקסט נאך דיין אלטע פעסווארד קענסטו עס טוישן צו א נייע ממילא קענסטו פון אנפאנג לייגן אפילו אזא פעסווארד וואס די געדענקסט און עס דערנאך טוישן אויב ווילסטו וויסן וויאזוי עס צו טוישן וועל איך דיר בל"נ א צווייטע מאל מסביר זיין די קענסט אנפרעגן ביי העלפ
בלאקירן וועבסייטס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 7:24 am
דורך טייפיסט
אל כבוד כל הנאספים,
שמעו נא רבותי, און העלפט מיר ארויס אויב מעגליך.
צוליב סיבות, פארלאנגט זיך אז איך זאל אריינעמען א קאמפיוטער אין שטוב, איך וויל אבער נישט האבן אין שטוב קיין קאמפיוטער מיט אינטערנעט, אבער אימעיל מוז איך האבן...
איז דא א אופן, אז מען זאל קענען אנשטעלן אויפן קאמפיוטער, אז מען זאל נישט קענען גיין צו קיין שום וועבסייט, נאר צו דזשימעיל ?
אויב מען קען נישט אנשטעלן אויפן קאמפיוטער, איז דא א פראגרעם פארדעם ?
יישר כח
נ.ב. פון דזשעי נעט ווייס איך....
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 7:45 am
דורך פאטאקי08
ארויפגעברענגט די אשכול לכבוד טייפיסט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 9:19 am
דורך thefact
מיט ישיבה נעט קען מען האבן אזא סערוויס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 10:51 am
דורך למעלה משבעים
און אויב בין איך אויף א מקום וואס ישיבה נעט שטעלט נישט צו נאר דייל אפ??
איך וואלט געזאגט זאלסט בלאקען דיין מאדעם נאר דזשימעיל זאל זיין אפן.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 7:42 am
דורך ברוך_שמו
הסברה ביטע.
וואס פרעגט דער טייפיסט נאכדעם וואס ר'האט אפגעליינט דעם אשכול ביז אהער, בפרט די פונטקליכע אנווייזונגען פון חיים וויזוי צו אינסטאלן K9 ?
איז K9 נישט די סאמע ריכטיגסטע פאר זיין באנוץ??.
ער בלאקירט דורכדעם אלע סייטס, אחוץ דזשמעיל, און אלעס איז כשר וישר פאר "היים באנוץ".
הסברה ביטע, טייפיסט ירום הודך.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 05, 2009 8:41 am
דורך פאטאקי08
טייפיסט האט געהאט געפענט אן אנדער אשכול ער האט נישט געזען די אשכול פארדעם די אחראים האבען עס נאכדעם צוזאםגעשמאלצן