Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

איז דא א וועג צו בלאקן אינטערנעט חוץ אימעיל

דינסטאג יוני 17, 2008 4:36 pm

איז דא א וועג צו בלאקן נאר די אינטערנעט אבער אימעיל זאל יא ארבעטן?

Advertisement

דינסטאג יוני 17, 2008 5:21 pm

יא! איר קענט האבן YESHIVA MAIL און איר וועט נישט האבן קיין אינטערנעט. דאס איז אויף א קאמפיוטער, איך ווייס נישט וועגן אויף א סעלפאון.

דינסטאג יוני 17, 2008 5:27 pm

איך רעד דורך ווינדאויס
INTERNET OPTIONS

דינסטאג יוני 17, 2008 5:30 pm

דו דארפסט רופען די YESHIVA NET קאמפאני זיי וועלן דיך זאגן ווי אזוי עס צו טון.

http://www.yeshivanet.com/

דינסטאג יוני 17, 2008 6:18 pm

פאר פרי?
זיי בעטן געלט פאר די פראגרעם איך גלייב נישט אז זיי זאגן אינסטראקשענס וויאזוי מען קען עס מאכן אן זייער פראגרעם

דינסטאג יוני 17, 2008 7:22 pm

דשעי נעט האט אויך אזא אפשען.

דינסטאג יוני 17, 2008 10:44 pm

דו זעהסט נישט אז ער האלט נישט ביים צאלן קיין פרוטה אחת?

און אויסער דעם, מעגליך אז ער וואוינט אין א דארף וואו דזשעי-נעט האט נאכנישט קיין סערוויס.

מיטוואך יוני 18, 2008 12:14 am

יא. מ'קען אנשטעלן אינטערנעט עקספלארער אז מ'זאל נישט קענען אריינגיין אין קיין שום סייט.
גארנישט וועט נישט ארבעטן. קיין איין לינק. פאר אומזיסט.

דארפסט גיין צו TOOLS
OPTIONS
קאנטעט עדווייסאר
און דארט אנשטעלן צו בלאקן אלעס.
און דו שטעלסט אן א פעסווארד, וואס דו שרייבסט נישט אראפ...

פאר מער אינפארמאציע קוק דא:
http://www.microsoft.com/windows/ie/ie6 ... onfig.mspx

עס ארבעט פאר די IE 7 אויך.

מיטוואך יוני 18, 2008 12:15 am

קענסט דא אויך אנשטעלן עס זאל דיך נאר אריינלאזן צו די היימישע קרעטשמע, און דעמאלט וועט קיין שום סייט נישט ארבעטן נאר דאס.

הקיצור, JNET פארציילט דיר נישט אלע סיקרעטס וואס מ'קען האבן בחנם.
די פעסווארד איז נישט לייכט צו ברעכן.

מיטוואך יוני 18, 2008 5:39 am

יישר כח
אבער דאס ארבעט נאר אויף INTERNET EXPLORER, אנדערע בראוסערס ווי למשל FIREFOX קען מען ווייטער ניצן געהעריג
איז דא א וועג פאר דעהם צו בלאקן אלע אפליקעישאנס חוץ אימעיל?

מיטוואך יוני 18, 2008 10:31 am

קניידל ארויס דעם פייער פאקס פון דיין קאמאטער, אין נוץ טאקע יא אינטערנעט עקספלאזשען.

מיטוואך יוני 18, 2008 11:54 am

האסט גארנישט פון ארויסקניידלען, ווייל יעדער קען נאכדעם אינסטלירן פייערפוקס און ארבעטן ווייטער אומגעשטערט. די איינציגסטע זאך מיין איך איז צו נוצן א פערענטעל קאנטראל פראגראם וואס לאזט אנשטעלן פונקט וואס מען וויל.

מיטוואך יוני 18, 2008 5:03 pm

יא אבער דאס ארבעט נאר אויף א יוזער אקאונט נישט אויף אדמיניסטרעיטאר איז א וועג וויאזוי עס צו מאכן אויף אדמיניסטרעיטאר?

מיטוואך יוני 18, 2008 8:20 pm

יא עס איז דא א וועג צי בלאקען אינטערנעט דורך סיי וועלכע פראגרעם און ניצן אימעיל דורך אוטלוק

מאכען א "סטעטיק איי פי אדדרעסס" און לאזען ליידיג די "די ענ עס"
און אריין לייגען אין אוטלוק די אייפי אדרעסס פון די מעיל סערווער

פרטים און די קומענדיגע תגובה אי"ה

מיטוואך יוני 18, 2008 8:35 pm

פאר די מאכסט א סטעטיק אייפי אדדרעסס זאלסטו פינגען די POP און די SMTP וואס דיין מעיל אקאונט ניצט און אריין לייגען די אייפי אדדרעסס וואס קומט ארויף ביים פינגען אנשטאט די געווענליכע ווערטער וואס מען דארף אריין לייגען אין די POP און אין די SMTP

דערנאך נעם אראפ די DNS

דאנערשטאג יוני 19, 2008 8:36 am

וויאזוי מאכט מען א סטעטיק IP אדרעס?
ווי איז די DNA SERVER?
און וואס מיינט פינגען?

איך בין א גרויסע מן הארץ ביי די זאכן קען עס אפשר איינער ברייטער אויסשמועסן?
יישר כח למפרע

דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:12 pm

איך מיין אז אויב דו קענסט נישט די איינפאכע א"ב איז בעסער זאלסט לאזן א צווייטן דאס ערלעדיגן פאר דיר. (דעתי הענייה)

דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:14 pm

אדער זאל ער זיך זעצן לערנען וועט ער ווערן א תלמיד חכם (דאס איז וואס איך טו ווען איך קום אן צו א זאך וואס איך קען נישט)

נאכדערצו מיט גאגעל ירום הודו קען ער מיט אפאר מינוט קענען די גאנצע זאך

דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:18 pm

גוט געזאגט.

דאנערשטאג יוני 19, 2008 1:34 pm

פאטאקי
זיי מסביר וואס מיינט פינגען
די אנדערע זאכן וועל איך מיך שוין א עצה געבן איך ווייס בערך

דאנערשטאג יוני 19, 2008 3:08 pm

פינגען מיינט זייער פשוט. גיי אריין צו סטארט > ראן > cmd און דריק ענטער.

קלאפ אריין ping yourservername.com און קנאק ענטער. דאס איז פשוט א גוטע וועג צו קריגן די איי פי אדרעס פונעם סערווער אנשטאט דעם מענטשליך-פריינטליכע יו.אר.על אדרעס.

דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:29 pm

יישר כח
ער געט די זעלבע IP אדרעס פאר די POP אדרעס און פאר די SMTP אדרעס

דאנערשטאג יוני 19, 2008 5:42 pm

איך האב נאך נישט אדורך געטוען די עסק אבער פאר אלעם וויל איך פרעגן צו לויט די סיסטעם וואס מען האט פריער דעבאטירט צו מאכן געהעריג אינטערנעט און נאכדעם אוועקווארפן די קאוד נומבער צו קען מען אויך מאכן אויף די זעלבע סיסטעם אז נאר אימעיל מיט נאך עטליכע סייטס זאלן זיין אפן א שטייגער ווי די wite list אויף j net וואס מען בלאקט אלעס און מען לאזט נאר אפן עטליכע וויכטיגע סייטס

דאנערשטאג יוני 19, 2008 6:02 pm

איך האב עס געטרייט עס וויל זיך נישט בכלל קאנעקטן אנע DNS
ממילא קען איך נישט דאונלאדן אימעילס

אפשר האב איך עפעס געמאכט ראנג

איך האב געמאכט א סטעטיק איי פי דורך די אינסטראקשענס http://portforward.com/networking/static-vista.htm
חוץ פון די DEFAULT GATEWAY און די SUBNET MASK וואס איך ווייס נישט ווי מען לייגט עס אריין אין וויסטע
און געלאזט די DNS ליידיג עס וויל זיך נישט קאנעקטן

אפדעיט!!!
איך האב נאכאמאל געטשעקט נאר ביי מיין BROADBAND האב נישט די אפשען
ביי מיין LAN CONNECTION האב איך עס יא
דארף איך עס דארט מאכן?

אבער דארט האב איך נישט קיין איי פי אדרעסס ווען איך זיך ביי IPCONFIG ALL
וואס דארף איך טוהן?

דאנערשטאג יוני 19, 2008 6:23 pm

חיים לכאורה יא
קענסט עס לייגן ביי אפראוועט סייטס
שרייב א תגובה

Advertisement