בלאט 1 פון 2
ניצט אייער ספרינט סעלפון פאר מאדעם! בחינם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 8:17 pm
דורך זיידעניו
דא איז א פראגרעם וואס מען קען ניצן אויף גאר אסאך מאדעלס סעלפון'ס פאר א מאדעם, (מען מוז האבן א רעגולע אינטערנעט פלען אויפן סעלפון)
דא איז די לינק
http://www4.sprint.com/pcsbusiness/down ... M_v039.msi
Software Downloads
Sprint PCS Connection Manager for Phone as Modem/USB Cables
File Size Version
Sprint_PCS_CM_v039.msi 25MB 3.07.039 Download
This Connection Manager will provide internet connectivity via a USB cable or Bluetooth (if available on the handset) with Windows 2000 and Windows XP. This software contains device drivers to enable the following Sprint PCS phones:
Samsung® - A580, A640, A900, A900M, A920, A940, A960, i830, m500, m610, m620
Sanyo® - m1/us, 2400, 3100, 3200, 6600, 7000, 7050, 7500, 8400, 9000
Sprint PPC 6700
Motorola C290, KRZR klm, Racer ic502, RAZR V3m, SLVR L7c, Racer ic402, ic902, Q
Blackberry - 7130e, 7250, 8703e, 8830
LG 150, 350, 550
Treo 700p, 700wx, 755p
Release details include:
Dated: 7/3/2007
Software Version: 3.07.039
This version provides the following new features since version 03.07.037:
Added support for the Blackberry 8830 World Phone with CDMA and GSM access.
Resolved general connectivity issues with Bluetooth and PDA’s.
Added Digital Lounge link to menu.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 8:44 pm
דורך איש חסיד
כ'האב עס געטשעקט עס זעהט אויס אז עס קאסט מער וואו א רעגיולער פלען
http://www.nextel.com/en/solutions//mob ... odem.shtml
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 10:30 pm
דורך זיידעניו
עס איז נישט קיין אפיציעלע מאדעם, וואס ספרינט זעהט און אנערקענט.
עס איז א קרעק פארן סיסטעם.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 9:40 am
דורך פיקח
מורי ורבותי נוצט עס נישט, דאס איז א געהעריגע דאונלאוד פון ספרינט דיירעקט, איר מוזט האבן א מאדעם פלען פאר דעם פון $49.99 טאמער נישט וועט עטס ווערן געטשארדזט 3 4 הונדערט דולר, מאכטס זיכער אז איר ווייסט וואס איר טוט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 9:58 am
דורך זיידעניו
אה פיקח שלום עליכם
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 5:59 pm
דורך אלעקסיי
איז פיקח גערעכט, אדער נישט?
פארעפענטליכט: שבת יוני 07, 2008 11:08 pm
דורך איש חסיד
ס'קומט זיכער פון ספרינט דירעקט ווייל www4.sprint.com איז א רעגילער ספרינט דאמעין פראביר עס
אבער צו מקען ניצען די גיהעריגע ספרינט פאוער ווישאן פלען ווייס איך נישט
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2008 10:46 am
דורך וואס וויסטע
יא פיקח איז הונדערט פערסענט גערעכט
עס איז אבער יא דא א געהעקטע פראגראם וואס רופט זיך פי די עי נעט PDA NET די פראגראם קאסט אפאר דאלער אבער עס איז א איינמאליגע זאך משא"כ ספרינט איז יעדע חודש פופציג טאלער עקסטערע 'אפילו מען האט א אינטערנעט פלאן'
אבער פאר איינעם וואס וויל דאס פיל נוצן לוינט זיך דאס יא ווייל עס ארבעט לכאורה שנעלער (פאר דעם בעטן זיי עקסטער געלט) זיי זאגן אז דאס איז אזוי שנעל ווי היי ספיד און געוויסע ערטער משא"כ פי די עי נעט וווערט אזוי ווי דייל אפ
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2008 11:42 am
דורך ברוך השם
איך מיין אז עס PDA Net ארבעט נאר אויף א פאלם פאון
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 2:15 pm
דורך וואס וויסטע
ריכטיג עס ארבעט נאר אויף א פאלם
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 12:24 pm
דורך פיקח
אקעי לאמיר אייך אביסל פארברייטן דא די סוגיא ארוכה,
PDANET איז דא צו באקומען א קרעק, ממילא איז עס אויך צו באקומען, ...... איך וועל עס צושטעלן נעקסטע וואך אי"ה,
עס ארבעט נאר פאר פאלם פאונס און פיפיסי ווינדאונס מאבייל פאונס,
פאר WM6 פאר די אלע וואס האבן די מאוגעל 6800 פון HTC איז דא דריי עצות ווי אזוי צו באקומען אינטערנעט בחינם,
איינע פון די עצות קען מען באקומען 1200KB דאונלאוד ספיד און 600 אפלאוד, וואס דאס איז דאפעלט אזוי שנעל ווי די ערשטע לעבעל פון די עס על.
חוץ פון עם איז באקאנט אז די סעמאנג A900 קען מען אויך מאכן אלס א מאודעם, מען דארף אריינגיין אין א הידען מעניו אין די פאון.
דאס איז אלעס וואס איז דא, די איבריגע דארף מען שוין באלען סכומים הגונים פאר ספרינט.
פאר מער פרטים האב איך נישט קיין צייט יעצט אנטשולדיגט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 3:01 pm
דורך פאפיגיי
פיקח, פאר קטנה דילוקס איז א קרעק?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 2:19 am
דורך וואס_מאכסטו
ס'איז מיר זייער אינטרעסאנט צו הערן אז מ'קען אויפן A900 האבן PDA NET, הרב פיקח אפשר לאזטו אונז הערן וואס מ'דארף טוהן דערצו, א גרויסן שכוח למפרע
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 11:40 am
דורך פיקח
פאר די A900 קען מען נישט האבן PDANET. ווייל מען קען נישט אינסטאלען קיין סאפטווער אויף די פאון.
וואס יא? מען דארף גיין צו
settings -- display
נאכדעם דריקט מען 0 און עס קומט ארויף א באהאלטענע מעניו וואס בעט פאר א קאוד. יעצט איז דא צוויי וועגן,
1) פאר די וואס האבן די אלטע מהדורא ראשונה של הפאון פון ספרינט דריקן אריין 040793.
2) פאר די צווייטע מהדורא פון די פאון, דארף מען אריינלייגן די MSL קאוד פון די פאון, (יעדע טעלעפאון האט אן אנדערע קאוד, מען קען אנרופן ספרינט און בעטן די MSL קאוד, זיי גיבן עס ארויס גערן).
נאכדעם גייט מען אראפ די מעניו ביז מען קומט אהן צו toggle NAI מען סעלעקט off modem NAI און OK
יעצט דארף מען אויסלעשן דעם פאון און צוריק אנצינדען,
ואחרון חביב דארף מען שוין צוקומען צו זיידעניואס לינק דא די ערשטע אויפן בלעטל און אינסטאלירן אינעם קאמפיוטער.
פאר די אלע וואס האבן א ווינדאוס מאבייל פאון דא איז א לינק צו PdaNet
מען דארף ליינער די INSRUCTIONS פאר מען נוצט עס.
http://rapidshare.com/files/122877605/Pdanet_1.8.rar
הצלחה וברכה
אז איר ווילט וויסן מער פרטים קענט איר מאכן א סירטש אין גוגעל, disable modem nai .....
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 5:08 pm
דורך פיקח
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 8:13 pm
דורך אבאמא09
וואס וועט זיין מיט מיין פשוט'ן טעלעפאן sanyo 8400 ווייסט איינער עפעס אינפא.?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 10:20 pm
דורך מאשקע
וואס איז דער פראבלעם? קענסט ווייטער רעדן דערויף...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 10:22 pm
דורך אבאמא09
אין וויזוי העט מען צוקומען צום קרעטשמע???
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 17, 2008 11:21 am
דורך אבאמא09
[align=center]ווי איז יושר![/align]
צענער הונדערטער תגובה'לך געשריבן געווארן היינט, אין קיינער איז זיך ניש מרחם מיך ארויס צו העלפן מיט מיין מיס'אינפארמאציע?!
כא'שוין געפרעגט צוויי מאל, אין דאסיז סעלעצטע! דעטץ איט מער וועליך ניש פרעגן!
[align=center]איך האב ענק געווארנט![/align]
נישט נאכדעם זאלטס עטץ זאגן כאגעמיינט אז די וועסט פרעגן נאך אפאר מאל,
ניין ניין אין ניין! ס'לעצטע מאל!
והשאלה:
ווייס איינער צו SANYO 8400 קען מען ניצן סעל. למאדעם אן קאפצאל? אין אוודאי געוויס אויב ווייסטו שוין יא, דיין זאג שוין אויך ווי אדער וויאזוי
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 4:13 pm
דורך ליפא
אבאמא'לע, איך האב אויך דעם טעלפאן, ער איז מורא'דיג, איך וועל איהם נישט איבערטוישן פאר א צווייטע, אבער איך האב נישט קיין אינטערנעט אויף מיין פלאן און איך פלאן נישט צו האבן
מיין חבר אין ביהמ"ד, אויך מיט דעם מאשינקע'לע האט יא געהאט אינטערנעט, ס'איז יענץ מעשה צו נוצן נאר די טעלפאן
איינער דא אין קרעטשמע האט עס מיר שיעור נישט געמאכט ארבעטן, נישט נאר דאס, נאר איך דארף אפילו נישט האבן קיין אינטערנעט אויף מיין פלאן, נאר מען טוישט עפעס א MCL קאוד אינעם טעלפאן, און אזוי אויך די אימעיל אדרעס פון די פאון
עפעס אזוי האט ער מיר מסביר געווען, אז טעלפאן קאלס און טעקסט וכיוצא גייט דאוך די טעלפאן נומבער, ד.מ. אז ספרינט ווייסט אז איך האב געמאכט די פעלפאן קאל ווייל עס איז געקומען פון מיין טעלפאן נאמבער, אבער אינטערנעט גייט דורך די אימעיל אדרעס פון די טעלפאן (יעדער טעלפאן האט א אימעיל אדרעס, חוץ די 'נובמער עט ספרינט פי. סי. עס.') ממילא, אז מען טוישט די אימעיל אדרעס פונעם פאן צו איינעמ'ס וואס האט בחנם אינטערנעט אויף זיין פלאן וועט עס דיר גארנישט קאסטן און די MCL קאוד וועט דיר מאכן אז ער זאל דיר געבן שנעלע סערוויס גוט פאר א קאמפיוטער.
איך וועל איהם איבערפרעגן מער פונקטליך (אדער זאל ער זיך אליינס אנרופן)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 4:52 pm
דורך אבאמא09
קודם א גרויסן יש"כ פאר די נוצבארע עצה, און פארן הערליכן קלארן מסודר'דיגע הסבר
באמת מיין טעל. האט אינטערנעט פריי אין מיין עיקר שאלה איז וויזוי צו ניצן דעם טעל. אלץ א מאדעם בחינם.
אבער דיין אינפא. איז מיר זייער צוניץ געקומען פאר מיין ברידער וואס האט אויך דעם זעלבן טעל. אין ער האט נישט קיין פריי אינטערנעט, נאר צאלט יעדע חודש ימים ונהרות.
נאכאמאל א שיינעם דאנק.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 4:56 pm
דורך ליפא
WE R ALL FOR ABAMA09 SUPPORTING FULL SANYO 8400 SERVICE. AND WE HOPE HE IMPROVE AND SPEED UP THE IMPROVEMENTS FOR THE WORLDS FIRST CLASS PHONE
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:01 pm
דורך אבאמא09
נישט שלעכט... אבער וואס העט זיין מיטן מאדעם?
וואס איז MCL וועלכע בעקעריי פארקויפט עס? אפשר מיינסטו ?MSL
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:03 pm
דורך ליפא
אפשר דאס, כ'געדענק נישט פונקטליך
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 5:20 pm
דורך איש חסיד
אבאמא: ס'ארבעט שוין ביי דיין ברודער אדער די טראכטס נאר אז סקען ארבייטן,
איך ווייס גראדע ווי אזוי מען טוישט די אינסייד אינפא פון א פאון, איך האב שוין אסאך מאל געטראכט פין די געדאנק, אבער עס איז דא נאך אסאך זאכען וואס אידענטיפיצירן א פאון וואו למשל די IP,
איך וואלט עס פראבירט אויף א פאון וואס האט א אינטערנעט פלאן ווייל אמאל קען עס ארבייטן אבער עס וועט קאסטן שווערע געלטער פארן בעה"ב פון די פאון,
איך האב נישט קיין אינטערנעט אויפן פאון ווייל סאיז ווערט א רעטאך אבער בחינם וואלט איך עס געוואלט האבן.