בלאט 1 פון 1

אוועקנעמען יאהו אלס דיפאלט סיורטש

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 7:44 pm
דורך שוועמל
איך האב אינסטולירט יאהו טולבאר אמאל, און גלייך אנאינסטולד ווייל כ'אב עס נישט געגליכן. אבער זעהט אויס עפעס איז נאך געבליבן און איך קען עס נישט טרעפן.

למעשה איז מיר איבערגעבליבן שיריים פון זיי איך קען נישט פטור ווערן, למשל ווען איך פלעג טייפן א URL וואס איז נישט וועליד פלעגט ארויפקומען אדער פון גוגל סיורטש אדער אזא טיפישער מעסעזש אויף IE 'פעיזש קען נאט בי דיספלעיד'. אבער היינט קומט ארויף פון יאהו א מעסעזש אדער סירטש רעזולטאטן. [איך רעד נישט פון די קעסטעלע 'גוגל סיורטש', איך רעד פון די געהעריגע 'אדרעס באר' וואס וערט קאנטראלירט דורך יאהו]

איך לייג א בילד איר זאלט זעהן ואס איך מיין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 9:43 pm
דורך ליפא
דעליט (מעק אויס באידי"ש) דעם יאהו טולבאר וכל שום וחינוכא דילי' פונעם קאמפיוטער, און דערנאך אינסטאל נאכאמאל יאהו (optional)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 11:07 pm
דורך שוועמל
שוין לאנג דעליטעד און אנאינסטולד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 11:31 pm
דורך ליפא
דעמאלט טרעף ערגעץ ווי גוגעל טראגט דיך אן אז זיי זאלן ווערן דיין דיפאלט סוירטש ענדזשען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 11:47 pm
דורך בן יועזר
אין IE 7 קען עס טעוהן זייער פשוט, די דריקס די ערא גאנץ אויבן אויך די רעכטע זייט (נעבן די מעגניפיי) גלעס - סעלעק CHANGE search default אין דארט סעלעקט גאגל!! ליפא פשוט הוא!

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 12:14 am
דורך יאהאן וואלפגאנג
גיי אריין אין "אינטערנעט אפשענס" און דארטן וועסטו קענען אנשטעלן אלעס פונקטליך.

אין איינוועגס, איז דא א געלעגנהייט צו אויסדריקן מיין פראטעסט קעגן דעם יאהו טולבאר וואס קען זיך אנקליידן אויפן קאמפיוטער אזששששש ס'א שרעק.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 12:17 am
דורך זיידעניו
וויזוי קען איך אין אראפנעמען פון מיין רייט קליק אפשען?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 10:43 am
דורך שוועמל
זיידי דארפסט עס אנאינסטולן כדי אראפנעמען פון דיין רייט קליק.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 10:45 am
דורך שוועמל
יוסי, נאך אלץ נישט געהאלפן, טראץ וואס גוגל איז דארט דיפאלט קומט יאהו ארויף. איך גלויב ס'יז א רעזשיסטרי וועליו, איך ברויך געוואור ווערן.

אפשר מאשקע עט'וויסן.

יאהאן;
גערעכט, יאהו לייגסט זיך אן אין דיין קאמפיוטער אז סיז א שרעק! קוים וואס ער לאזט זיך אראפנעמען פון ערגעץ

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 12:33 pm
דורך איש חסיד
טריי אין איי עי Tools/Manage Add-ons/Enable or disable add-ons זיך אוף אלע yahoo inc טשעק עס עקסטער אין אלע 4 דראפ דאון מעניוס און דיסעיבל אדער דיליעט עס

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 06, 2008 3:28 pm
דורך שוועמל
שוין נישטא דארט קיין יאהו זאכן, אלעס דיסעיבלד אדער אנאינסטולד.

אני אובד עצות ! איך דריי מיך ארום אן א קאפ. וואס יאהו האט געטון צו מיר האט נאך קיינער נישט געטון..!

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 08, 2008 1:18 pm
דורך ליפא
פרוביר אין קאנטראל פענעל, עד אר רימאוו פראגרעמס, און זעה צו די האסט נאך עפעס שיריים פון יאהו

איך טוה דאס געווענליך דורך CCLEANER

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 6:00 pm
דורך איש חסיד
כקען טרייען צו געבען נאך 3 עצות כהאב אמונה אז סוועט ארבייטן
1
שטעל אן די דיפאלט סירטש און אינטערנעט אפטשאנס ביי דזענעראל\סירטש סעטטונגס, זעה בילד

2
ריאינסטאל עס און אנאינסטאל עס נאכאמאל סקען זיין אז די פריערדיגע איז געווען קארראפטעד

3
פראביר א רעדזסטרי קליענער אדווענסד ווינדאוס קער איז גוט און אימזיסט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 22, 2008 9:28 pm
דורך איש חסיד
שוועמל כהאב זיך דערמאנט פון דיין פראבלעם אויב סגייט נאך אן:
איך האב היינט געהאט א פראבלעם מיט IE האב איך פשוט ריסעט די בראוסער ביי אדווענסד\ריסעט אלעס בלייבט אויפן פלאץ מדארף נאר ריענעיבלן די עדד-אנס