בלאט 1 פון 1

דאפעלט אייער דאונלאוד ספיד. (אראפ גענומען)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2008 10:11 pm
דורך איש חסיד
איך האב עס אראפ גענומען ווייל די קרעק האט א וויירעס, די אנטי-וויירעס האבען עס נאך נישט געהאט דיטעקטעד ווען איך האב עס ארויפגעלייגט

איך האב שוין פראבירט אסאך דאונלאוד מענעדזער'ס זיי זאגען אסאך און טוהען גארנישט, די פראגראם אינטערנעט דאונלאוד מענעדזער IDN הייבט די דאונלאוד ספיד גאר באמערקבאר, און פארשטייט זיך סהאט אויך אלע אנדערע מעלות פון א דאונלאוד מענעדזער אזויווי דאונלאודען פון יו טוב וכו' ריזאמען דאונלאודס אאוו IDN 512 Build 11 איך האב עס געאפדעיטעד אויף די נייע ווערסיע, און א פעטש מיט אינסטראקשאנס אנשטאט די קרעק וואס איז געווען אביסל קאמפלעצירט


די אלטע ווערסיע קען מאכען פראבלעמען ביי דאונלאודן פין מידיא פייער סא אויב עס מאכט פראבלעמען האלט alt בשעתן דריקן דאונלאוד אז Internet Download manager זאל עס נישט איבערנעמען

כהאב אויך ארויף געלייגט דארט WinRAR אויב איינער דארף, אין מיין עקספיריענס איז עס די בעסטע קאמפרעשאן פראגראם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2008 11:45 pm
דורך מאשקע
יישר כח. איך גיי עס פרובירן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 1:12 am
דורך סאכדעס
מאשקע, כ'פארשטיי נישט וואס ער וויל מיר דא געבן.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 2:09 am
דורך מאשקע
ס'מאכט אז פיילס זאלן זיך דאונלאודען שנעלער ווי געווענליך, אין צוגאב צי די געווענליכע מעלות פון א דאונלאוד מענעדזשער (resume צב"ש).

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 09, 2008 4:46 pm
דורך זיידעניו
א גרויסן יישר כח

אראפגענומען און יעצט גיימיר עס שוין פרובירן אם יש דברים בגויאטץ

פארעפענטליכט: שבת מאי 10, 2008 11:40 pm
דורך זיידעניו
שוין גענומען און כ'זעה נישט קיין מער חילוק פון ORBIT ביז דעם נייעם

וואס האט דאס מער ?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 2:04 pm
דורך איש חסיד
ביי מיר הייבט דאס די דאונלאוד ספיד פון 80/90kbps צי צווישן 100 און 140 kbps סא ווען מען רעדט פון א פייל פין א שיינע פאר מעגא בייטס מאכט עס א חילוק, אפשר דארפסטו אנשטעלן וויפיל קאננעקטשאנס עס זאל ניצען מקען עס אנשטעלן פון איינס ביז 16 וואס דאס מאכט עס שנעללער פארשטייט זיך אז עס איז נישט די זעלבע ביי יעדע סייט און פייל מישום כמה סיבות, עס האט אויך נאך אסאך מעלות איבער אנדערע

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 7:16 pm
דורך זיידעניו
יישר כח

הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו
אדרבה גיב ארויס וואס נאך זענען די מעלות פון דעם פראגראם

דרך אגב מען קען מיט דעם אראפצוען עטליכע פיילס אויף אמאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 9:29 pm
דורך יגדיל
ייש"כ עס ציט א מחיה

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 11:14 pm
דורך זיידעניו
ער שרייט אז ביז צען טאג מיז מען עס רעגעסטרירן,

געוואלד וואס טוט מען דא?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 11:36 pm
דורך איש חסיד
וועגן דעם קומט מיט א קרעק, און אויך הוראות התקנה, מער פינקליכע אינסטראקטשאנס [אויב די דארפסט] מארגען אי"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2008 6:02 pm
דורך איש חסיד
1 אינסטאל IDM
2 נאכן ענדיגן אינסטאלן מאך זיכער אז עס ארבייט נישט
3 דאן ראן די פעטש Patch.exe, און פעטש עס
4 האב הנאה

דאס איז א מער אפדעיטעד ווערסיע איך רעקאמענד אז ווער עס האט געהאט די אלטע זאל אפדעידען צי דעס

אויב עס קומט ארויף א ערראר אז איר ניצט א פאלטשע סיריאל קי, דערשרעקט אייך נישט די פעטש וועט שוין קער נעמען פון אלעס בעז"ה

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2008 1:16 pm
דורך יגדיל
ייש"כ ר איש חסיד
איך האלט אז מען דארף מכיר טובה זיין
א יעדעס מאל ווען איינער האט הנאה פין יענעם איז נישט מער ווי מענטשליך אז מען זאל זיך באדאנקען פאר יענעם
אין דאס געט כוח אנציגיין ווייטער

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 5:27 pm
דורך איש חסיד
איישר!

איך האב עס ארויף געלייגט וויל פארמיר איז עס זייער ניצבאר סא פארוואס נישט נעמען די 2 מינוט צי מהנה זיין נאך יודען,
די נייע איז אסאך בעסער און אסאך הינזיכטען

נ.ב. סאיז גוט צי וויסען אז די alt קי מאכט אז סזאל נישט איבער נעמען די דאונלאוד

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 11:44 am
דורך פיקח
יא יא איך נוץ עס שוין פאר 2 יאר, איך האב שוין אויספראבירט אסאך אנדערע סחורה אבער IDM איז דאך די בעסטע לענ"ד. יישר כח איש חסיד פאר'ן צושטעלן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 11:53 am
דורך יאהאן וואלפגאנג
ארבעט דאס מיט פייערפאקס אויך?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 2:11 pm
דורך איש חסיד
עס ארבייט מיט אלעס פייערפאקס, אווענט, אפערא, ביי מדארף נאר זען צי ענעבלן די ADD-ONS

נ.ב. איך האב נישט געוויסט ביז יעצט אז גוגל טולבאר ארבייט אויך מיט אווענט בראוסער

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 11, 2009 3:28 pm
דורך eddy5525
IDM 5.15 Build 6 Including Everything
www.mediafire.com/?hzmco5zmmm2

Has Been Virus Scanned and NO virus Found