בלאט 1 פון 1
אוטאמאטיש ריפרעשן אויף אינטערנעט עקספלאדער, קען מען?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 11:00 am
דורך אלטעבחורל
בס"ד
א גוטן;
טייערע ברודער: ווייסט איינער צו מען קען אנשטעלן אז די אינטערנעט זאל זיך אוטאמאטיש ריפרעשן, למשל איך גיי איין אין א נייעס וועב זייטל, אין עס איז נאך אנגעפאקט מיט די נעכטיגע נייעס, אין אויב וויל איך זעהן פרישע, ברויך איך דאס אליין ריפרעשן. איז ווייסט דא איינער ווי מען שטעלט דא אן?
אמאל איז דאס געווען ביי מיר אוטאמאטיש, עפעס לעצטענס האט דאס פאסירט.
בתודה למפרע.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 04, 2008 3:50 pm
דורך ליפא
לייג ארויף דיין פינגער אויף F5 און עס וועט זיך אטאמאטיש געבן א ריפרעש
פארעפענטליכט: שבת אפריל 05, 2008 10:06 pm
דורך שוועמל
ער רעדט מסתם פון א 'אוטאמאטישן' ריפרעשער אן צו דארפן בפועל דרוקן F5
טריי דעס
http://www.snapfiles.com/download/dlyrefresher.html
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 12:36 pm
דורך thefact
אין AVENT בראוזער איז דא אזא אפשען אויטא ריפרעש
http://www.avantbrowser.com/download.html
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 12:48 pm
דורך 3x0
maxthon האט אויך די אפשען.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:44 pm
דורך אלטעבחורל
איך האב אייביג געהאט דער אפשען, אין ווען איך סיין אריין אינעם זעלבן קאמפיוטער אויף א אנדערן נאמען האב איך יא דער אפשען אז ער איז ריפרעשט אוטאמאטיש.
אלא מאי, מוז זיין אז מען ברויך נישט צוקומען צו קיין דאונלאודעכט'ס אדער עפעס א פייל וואס זאל ערזעצן דער אקט אין ער זאל ריפרעשן קאנסטעטלי, עס ברויך ווערן געטאן מאליו, ווייסט איינער וועלעכע פייל איך האב געבארבעט?
לכאורה ביי אינטערנעט אפשענס, ווייל לעיטלי האב איך געשפילט מעשה פראטגרעמער - איך וויל שוין נישט רעדן וואסערע חורבן איך האב ל"ע אנגעמיירעט, סתמא איינע פון די אפשענס זענען געווארן פארדרייט.
ווער ווייסט צו קען דאס אויסטשעקן? בצודה פאר א יעדער וואס העלפט מיר דא ארויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:18 pm
דורך מאשקע
קיין אפשען טרעף איך נישט בשו"א. דא האסטו א פראגראם ספעציעל פאר דעם:
http://www.download.com/AutoRefresher-f ... 62693.html
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:42 pm
דורך thefact
אלטעבחורל האט געשריבן:איך האב אייביג געהאט דער אפשען, אין ווען איך סיין אריין אינעם זעלבן קאמפיוטער אויף א אנדערן נאמען האב איך יא דער אפשען אז ער איז ריפרעשט אוטאמאטיש.
אלא מאי, מוז זיין אז מען ברויך נישט צוקומען צו קיין דאונלאודעכט'ס אדער עפעס א פייל וואס זאל ערזעצן דער אקט אין ער זאל ריפרעשן קאנסטעטלי, עס ברויך ווערן געטאן מאליו, ווייסט איינער וועלעכע פייל איך האב געבארבעט?
לכאורה ביי אינטערנעט אפשענס, ווייל לעיטלי האב איך געשפילט מעשה פראטגרעמער - איך וויל שוין נישט רעדן וואסערע חורבן איך האב ל"ע אנגעמיירעט, סתמא איינע פון די אפשענס זענען געווארן פארדרייט.
ווער ווייסט צו קען דאס אויסטשעקן? בצודה פאר א יעדער וואס העלפט מיר דא ארויס.
אין אינטערנעט עקספלארער:
1. גיי צו טולס |
2. אינטערנעט אפשענס |
3. סעטטינגס (אונטער בראוזינג היסטארי) |
4. סעלעקט די אפשען "אויטאמאטיקלי" |
5. דריק OK |
6. און נאכאמאל OK |
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:53 pm
דורך מאשקע
פשיהא. אז מ'קען אז מ'קען.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 5:20 pm
דורך אלטעבחורל
thefact האט געשריבן:אלטעבחורל האט געשריבן:איך האב אייביג געהאט דער אפשען, אין ווען איך סיין אריין אינעם זעלבן קאמפיוטער אויף א אנדערן נאמען האב איך יא דער אפשען אז ער איז ריפרעשט אוטאמאטיש.
אלא מאי, מוז זיין אז מען ברויך נישט צוקומען צו קיין דאונלאודעכט'ס אדער עפעס א פייל וואס זאל ערזעצן דער אקט אין ער זאל ריפרעשן קאנסטעטלי, עס ברויך ווערן געטאן מאליו, ווייסט איינער וועלעכע פייל איך האב געבארבעט?
לכאורה ביי אינטערנעט אפשענס, ווייל לעיטלי האב איך געשפילט מעשה פראטגרעמער - איך וויל שוין נישט רעדן וואסערע חורבן איך האב ל"ע אנגעמיירעט, סתמא איינע פון די אפשענס זענען געווארן פארדרייט.
ווער ווייסט צו קען דאס אויסטשעקן? בצודה פאר א יעדער וואס העלפט מיר דא ארויס.
אין אינטערנעט עקספלארער:
1. גיי צו טולס |
2. אינטערנעט אפשענס |
3. סעטטינגס (אונטער בראוזינג היסטארי) |
4. סעלעקט די אפשען "אויטאמאטיקלי" |
5. דריק OK |
6. און נאכאמאל OK |
וואונדערבאחריש!!! טענקס מעעעען!
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:13 pm
דורך שוועמל
ביי מיר איז אלס געווען אנגעשטעלט אויף automatically און ס'האט זיך קיינמאל נישט אליינס ריפרעשט.
אויב ווילסטו אז ס'זאל זיך אויטאמאטיש ריפרעשן, מוזטו צוקומען צו א טירד פארטי דאונלאוד, נישטא אזא זאך אין אינטערנעט אקספלארער אליינס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 10:41 pm
דורך קרעמער
איך האב 2 וועבזייטלעך (דראדזש ריפארט און צען-צען-ווינס) וואס פרישן זיך זעלבסט איבער יעדע פאר מינוט (אדער ווען עס קומט צו עפעס פריש)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:06 pm
דורך מאשקע
לויט ווי איך פארשטיי, קען יעדער וועבסייט דעוועלאפער איינשטעלן אז דער פעידזש זאל זיך ריפרעשן ביי א געוויסע צאל מינוטן, אבער ס'קען נאר פאסירן אויב ס'איז ערלויבט אין די אינטערנעט אפשענס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:10 pm
דורך שוועמל
ער רעדט דאך פון קרעטשמע?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 11:17 pm
דורך מאשקע
פון וואנעט נעמסטו דאס? ער האט גערעדט פון נייעס זייטלעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 12:21 am
דורך שוועמל
קען טאקע זיין ביסט גערעכט.
לעולם קומט אויס ס'יז דא דריי מינים ריפרעשינגס:
3) דורך א טירד פארטי דאונלאוד קען מען מאכן אז "יעדער" סייט זאל זיך אויטאמאטיש ריפרעשן, ווי כאילו דו וואלסט ווען געדרוקט F5.
2) א נייעס פלאץ וכדומה וואס די סייט איז געבויט אז ס'זאל זיך אויטאמאטיש ריפרעשן ווען עס קומען צו נייעסער. אבער דאס גייט בתנאי אז דיינע סעטטינגס זענען אנגעשטעלט צו automatically.
1) דורך דרוקן בפועל F5...
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 08, 2008 10:44 am
דורך מאשקע
יאפס. אזוי קוק איך עס אן.