גוגעל: "פעידזש רענק"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2008 11:09 am
גאר אסך איז שוין געשריבן געווארן פון אזויגערופענע 'וועבמעסטערס' איבער די ספעציעלע מעסטונג סיסטעם וואס גוגל נוצט צו באצייכענען די וויכטיגקייט פון א וועבסייט. ווארן די גוגל PR ווי מען רופט עס אין קורצן איז א רענקינג סיסטעם מיט וועליוס פון איינס ביז צען, דאס קענט איר זעהן נאר אויב איר האט גוגל טולבאר אינסטולירט אין אינטערנעט עקספלארער אדער פייערפוקס. למשל ווען איר גייט צו היימישע קרעטשמע'ס הויפט בלאט וועט דער גרינער שטריך זיין עטוואס אויסגעצויגן און ווען דאס מייזל שטייט העכער דעם וועט ער דיר אויסזאגן אז דאס האט א רענק פון 3/10 .
וויאזוי פונקטליך דאס מעסט, ווייסט קיינער נישט. יעדערער שרייבט השערות וואס איז די מערסטע שכל'דיג לויט אים. א חלק טענה'ט אז דאס האט צוטון מיט וויפיל לינקס ס'יז דא צו א פעיזש, דאס הייסט למשל פעיזש A וועט לינקן צו פעיזש B, און B וועט צוריק לינקן צו A, וועט דער פעיזש רענק שטארק ארויף גיין. ווי אויך האט דאס צוטון מיט 'וואו' דער לינק איז פלאצירט, די קוואליטי פונעם לינקינג פעיזש, צי איז דאס א שטארק אנערקענטע סייט וועט דער PR שטייגן, אויב נישט וועט עס נישט האבן קיין שטארקע אפעקט.
אנדערע ווידערהאלן אז דאס האט צוטון מער מיט וויפיל באזוכער דו האסט אויפן סייט. ווי מער אלס העכער די רענק. אנדערע שרייען אז ס'יז א קאמבינאציע פון עטליכע מעזשורינג סיסטעמען, אריינגערעכנט די אויבערשטע ועוד.
אזויווי איבעראל האבן זיך דא אויך געמאכט פיפיגע סוחרים און אינטערנעץ שווינדלער וואס זאגן צו אז זיי קענען העכערן דעם 'וויכטיגן PR' אויף דיין סייט דורך זייערע פארשידענע מעטאדן. טייל העלפן אפשר און טייל אפשר נישט. אבער ס'יז היינט צוטאג א אינדאסטרי פאר זיך.
לקלישת דעתי איז דאס בלויז א 'טולבאר', אזוי ווי יאהו אדער אלעקסא געבן טולבארס גיבט גוגל אויך א טולבאר. אין גוגל'ס טולבאר איז דא א פיצי אריינגעבויטע סאפטוועיר וואס טרעקט וואו דער מענטש באזוכט אלס אויפן וועב, און וועלכע פעיזשעס, און די אינפא ווערט צוריקגעשיקט צו גוגל'ן וואו זיי שטעלן דאס אריין אין א ריזיגע דאטאבעיס, און דאס איז די גאנצע PR. אין אנדערע ווערטער, אויב איינער באזוכט פעיזעס גאר אפט און האט 'נישט' די גוגל טולבאר אינסטולירט וועלן זיינע פעיזש וויזיטס גארנישט אויסמאכן לגבי גוגל'ס רענקינג, ווייל ער שיקט דאך נישט קיין אינפארמאציע צו גוגל'ן.
לדוגמא ALEXA.COM פראוויידט אויך א פרייע טולבאר וואס זיי שרייבן קלאר ארויס אז דאס איז א מעזשור וואס טרעקט וואו די באזוכער גייען און לויט די רעטורנס ווערט באשטימט א רענקינג אויפן פעיזש. טא פארוואס זאל גוגל טולבאר זיין אנדערש?
אדרבה זאגט וואס איר האלט, און וויאזוי קוקט איר אויף דעם PR בכלל.