בלאט 1 פון 1

Create new HTML file

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 5:57 pm
דורך קאמענטאטאר
כ'שפיל זיך ארום שוין א היבש ביסל צייט פרובירנדיג אויפצוסעטן א פראפעסיאנאלע Email Signature מיט מיין ביזנעס קאנטאקט אינפארמאציע אבער אן ערפאלג, די אפציעס אין Outlook זענען זייער באגרעניצט נישט ערלויבענדיג צו לייגן מער ווי איין סארט פאנט א.א.וו., ס'איז פארהאן דארט נאך איין אויסוואהל וואס מ'קען דאונלאודן HTML פיילס אלס א Sinature, נאר גיי ווייס ויאזוי מ'מאכט דאס (אדער אפי' וואס איז דער אקראנים דערפון).

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 6:26 pm
דורך לחיים ולברכה
מייקראסאפט אוטלאק (פון אפיס) נישט אוטלאק עקספרעס, האט אלע פיעטשערס פון ווארד אריין געבויעט דערין.

איבער HTML ווייסעך נישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 10:03 pm
דורך thefact
מאך עס אין ווארד און סעיוו עס וועב פעידזש

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 10:05 pm
דורך thefact
שלום עליכם

מיין אלטער גוטער פריינט קאמענטאטאר

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 9:47 am
דורך קאמענטאטאר
למעשה איז דאס וואס איך האב געוואלט צו א גרויסע פייל פאר Outlook Express, איך זעה אז אין Microsoft Outlook גייט עס יא, דארף איך נאר באשטימען א צייט צו עקספארטן אלעס און אריבערגיין צו Microsoft Outlook.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 9:58 am
דורך מיללער
קאמען-טאטע,
איך האב געטאן ווי די-פאקט שרייבט, ועלתה בידי אפי' אין 'אויסקוק-געשווינד'.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 10:33 am
דורך שוועמל
צו מאכן אן הטמל פייל גיי צו מייקראסאפט פראנט פעיזש, דאס איז פונקט ווי א ווארד פראגראם נאר ס'גיבט די הטמל קאוד אויכעט.

אויב דו קענסט עס נישט מאכן, שיק מיר די ביזנעס אינפא און כ'על עס דיר מאכן בל"נ. אויב דו ביסט מסכים שטייצעך.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 2:02 pm
דורך thefact
קאמענטאטאר האט געשריבן:למעשה איז דאס וואס איך האב געוואלט צו א גרויסע פייל פאר Outlook Express, איך זעה אז אין Microsoft Outlook גייט עס יא, דארף איך נאר באשטימען א צייט צו עקספארטן אלעס און אריבערגיין צו Microsoft Outlook.

שיק מיר אין אישית

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 6:51 pm
דורך לב טוב
איך האב דעזיינט א אימעיל אין Html, אין גימעיל קומט דאס אריין געהעריג. אבער אין אוטלוק ווערט די בעגראונד קאלאר נאר אפלייד וואו די טעקט איז און נישט אויפן גאנצן שטח הפאראגראף, איך שיק די אימעילס פון אוטלוק און ביי די סענט אימעילס זעט עס שוין אויס אזוי פארריקט, קען מיר איינער העלפן זיך אן עצה געבן ?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 7:22 pm
דורך מייקראסאפט
כ'טראכט נאר, אפשר איז די פראבלעם מיט דיין Html? פעיסט אריין אהער די Html וועט מען קענען זעהן צי די פראבלעם איז מיט אויטלאק אדער נישט, שטייצעך טויש עס ארים אז מען זאל נישט זעהן קיין פריווייטע אינפא.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 10:08 pm
דורך לב טוב
מייקראסאפט האט געשריבן:שטייצעך טויש עס ארים אז מען זאל נישט זעהן קיין פריווייטע אינפא.

דעיס האביך שוין געטון אינעם פריערדיגן בילד..

קאוד:
<!DOCTYPE html PUBLIC "-//W3C//DTD XHTML 1.0 Transitional//EN" "http://www.w3.org/TR/xhtml1/DTD/xhtml1-transitional.dtd">
<html xmlns="http://www.w3.org/1999/xhtml">

<head>
<meta content="text/html; charset=utf-8" http-equiv="Content-Type" />
<title></title>
</head>
<body style="margin-left: 40px;margin-top:20px">
<p style="background-color: #C9DBE0;width: 697px; font-family:Calibri; font-size:11pt; border-style:solid;border-width:1px;
padding:15px; margin:0;clear:both">
<strong>Dear test</strong><br></br>
test testedb bjhbcjkds nbfsdn jknvsdjkfn gjknfjkn cvjkn  <br> </br>
test test tes tes tes t </p>
<p style="background-color: #4D6480;width: 697px; font-family:Calibri; font-size:11pt; border-style:solid; border-color: black; border-width:1px;
padding:15px;color:white;margin:0;border-bottom-style:none;border-top-style:none"><br /><strong>
test tes ttetw 7tdeygfheufhbjhbv hbjhbjsh bjhbf jhbjh<br></br>
</strong>
</p>
</body>
</html>

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:23 am
דורך תרגום יונתן
פרוביר צו לייגן די צוויי פאראגראפן (p) אין א באזונדערער דרויסענדיגער פאראגראף, און לייג די בעקגראונד קאליר אויפ'ן דרויסענדיגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 8:13 pm
דורך מייקראסאפט
אפשר קענסטי דיר אן עצה געבן אן די padding איך האב עס אויסגעטרייט עס זעהט אויס ווי אוטלאק האט עס עפעס נישט אזוי ליב...
דא האב איך געטראפן א גיטע ארטיקל וואס דערמאנט די פראבלעם ער זאגט אז margin אליינס וועט נישט זיין קיין פראבלעם.