בלאט 1 פון 1

שיקן א אימעיל, ס'זאל נישט פלאפן די Subject

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 4:16 pm
דורך יגרסהדותא
ביי GMAIL, ווען איך שיק אן אימעיל, אויב איך לייג גארנישט אריין ביי Subject קומט ארויף דעם באקס:

בילד

מיין פראגע איז: קען מען דאס איינמאל פאר אלעמאל אנשטעלן אז ס'זאל נישט ארויפקומען יעדעס מאל?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 5:41 pm
דורך פיקח
אינטרעסטנטע הערה, איך וואלט אויך נייגעריג געווען צו וויסן, נא לאמיר זעהן ווער וועט אונז דא ארויסהעלפן?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 6:20 pm
דורך יגרסהדותא
שוין גארנישט "אן אינטערעסאנטע הערה". איך טעקסט מיך אסאך פון דא, און ס'איז ממש ביטול תורה...

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 8:10 pm
דורך פיקח
יגרסהדותא האט געשריבן:שוין גארנישט "אן אינטערעסאנטע הערה". איך טעקסט מיך אסאך פון דא, און ס'איז ממש ביטול תורה...

נא נא, זכות התורה וועט דיך זיכער צוהעלפן....

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 9:26 pm
דורך איך_הער
מיך באדערט נישט אזוי ווייט די באקסל, ווי די חוצפה אז ער טראסט מיך נישט.

ביסטו זיכער אז דו ווילסטעס שיקן אן קיין סאבזשעקט? און ווען איך דרוק יא, איזער נישט אייביג צופרידן, אויך אן קיין טעקסט?

אז איך סענד, פאלג, מעגסט נאך האבן אזויפיל דרך שרץ.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 10:36 pm
דורך פאטאקי08
יאכער אסאך פילטערס (למשל דזשעי נעט) בלאקען מעסעדשעס וואס קומט אן אן קיין סאבדזשעקט דעריבער פרעגט ער דיר איבער צו ביסט זיכער אז די ווילסט עס שיקן אן דעם

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 1:37 am
דורך שוועמל
לידיעתי איז דאס א סעטטינג אין די פרעפערענסעס

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 4:08 pm
דורך thefact
בדיעבד איז אייביג גוט צו וויסן אז מ'קען זיך איינשפארן דאס קליקן אויף OK (איינשפארן ביטול תורה...)
מיטן דרוקן ספעיס {SPACE} אדער ענטער {ENTER}

שוועמל;
ווי איז די סעטטינג אין די פרעפערענסעס כ'זעה'ס נישט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 7:34 pm
דורך מאשקע
איך געדענק אויך אז ס'איז געווען אזא אפציע, און יעצט זעה איך עס נישט. מסתמא האבן זיי עס ארויסגענומען מיט'ן נייעם ווערסיע.