בלאט 1 פון 1

פילטער נעט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 8:34 pm
דורך גוטזאגער
ס'האט מיר געכאפט דעם רוח תשובה.
ווער ס'קען מיר ביישטייערן מיט ידיעות וועגן 'פילטער נעט' למיניהם, זאל ביטע שרייבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 10:27 pm
דורך פיקח
www.opendns.com
איז א פראגרעם בחינם, עס טוט די זעלבע ארבעט ווי J-NET און Kosher-net פאר בחינם במלא מובן המילה, מען קען דארט קאסטאמייזען פונקטליך וואס מען וויל פילטערען און וואס נישט, אזוי אויך קען מען באקומען א ליסט אין אימעיל ווי יעדע קאמפיוטער איז געווען פונקטליך אויף יעדע וועב סייט וכדו', בבחינת וכל מעשיך בספר נכתבים.
ממילא איז עס אויך מוראדיג גוט פאר ביזנעסעס און גרויסע נעטווארקס וואס נוצען איין אינטערנעט קאנעקשען.
די איינציגסטע זאך איז אז עס איז א גואישע קאמפאני, ומה שלהם מותרת אסורה היא לנו, ממילא קען אסאך מאל זיך מאכן אז זיי זאלן דורך לאז'ן פארשידענע זאכן וואס די אידישע פילטערס וואלט לכאורה נישט צוגעלאזט, ממילא איז עס פאר דיר צו באשליסן.....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2008 11:27 pm
דורך קרעמער
WOW. דאס קוקט אויס גאר א גוטע זאך. איך קוק יעצט אדורך די פראדוקט. אירע בענעפיטן זענען אומשאצבאר.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2008 12:42 am
דורך זיידעניו
דאס איז א שובבים פראדאקט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2008 7:50 am
דורך גוטזאגער
א גרויסן דאנק אייך אלע
איך וויל נאר וויסן אויף יודיש וואס דארט שטייט אלץ, און פארוואס די יודישע פילטערס שרייבן נישט אויף יודיש, אז מ'זאל קענען האנדעלען מיט זיי

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 08, 2008 11:18 am
דורך שוועמל
שכוח פיקח עצום !!

טאקע א גוטער סאפטוועיר

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2008 12:12 pm
דורך לחיים ולברכה

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 7:05 pm
דורך ליפא
מזל טוב ר' פיקח....!!

אזוי נישט מיר נישט דיר נישט, אריינגעקומען דא פשוט ארויסצוהעלפן אידישע קינדער מיט זיינע ג-ט באשאנקנע ידיעות, און...

ביני לבני, מען קוקט צוריק און מ'אט אריינגעקלאפט א קנאפע 50 תגובות אין אזא קורצע צייט...

רבים וכן טובים זענען שוין געהאלפן געווארן דורך דיר, איך פערזענליך שוין עטליכע מאל

קיפ איט אפ......

פיקח, נאדיר 50 פון דיע..... ;p1;

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 10:33 pm
דורך פיקח
א גרויסן שכוח ליפא פאר די פאר קליינע אבער גאר ווארימע ווערטער,
לאמיר אלע נישט פארגעסן פון דיר אליינס וואס די טוסט דאך די זעלבע זאך, איך ווייס גאנץ גוט ווי פארנומען די ביזט און וואס אלס ליגט אויף דיינע פלייצעס, און דאך נעמסטו זיך כסדר א מינוט דא א מינוט דארט ארויס צו העלפן אנדערע ווען די פארדינסט גארנישט דערפון, יישר כח וחילך לאורייתא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 11:20 pm
דורך thefact
K9 וועב פראטעקשאן
http://www.k9webprotection.com

איז אויך א פראגרעם בחינם, און טוט אויך די ארבעט ווי J-NET און Kosher-net

מען קען דארט אדער אנשטעלן לעוועלס
אדער קאסטאמייזען פונקטליך וואס מען וויל פילטערען און וואס נישט
מען קען אויך ביי זיי באקומען א ליסט אין אימעיל ווי די קאמפיוטער איז געווען פונקטליך אויף יעדע וועב סייט וכדו', בבחינת וכל מעשיך בספר נכתבים.

מ'דארף האבן א עקסטערע לייסענס פאר יעדע קאמפיוטער וואס דאס איז א פעין ביים אויפסעטן
עס איז אויך א גואישע קאמפאני, ממילא קען אסאך מאל זיך מאכן אז זיי זאלן דורך לאז'ן פארשידענע זאכן וואס די אידישע פילטערס וואלט נישט צוגעלאזט

די קאמפאני BIG FOOT איז עס מוראדיג גוט האט אויך גאר גוטע סעלושענס פאר ביזנעסעס און גרויסע נעטווארקס (כמגדומה לי אז B&H נוצט זיי)

ס'איז פעסווארד פראטעקטעד אזוי אז דער אדמיניסטרעטאר דארף א אנדערע שמירה....