בלאט 1 פון 1

פרינטן פון IE אן די אונטערשטע URL

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 3:19 pm
דורך שוועמל
איך וויל פרינטן פון אינטערנעט עקספלארער 7 אדער פון שועל-אש אן דעם וואס ס'זאל מיטקומען די אויבערשטע מיט די אונטערשטע וועבסייט אדרעסן וכדומה.

א זוך אויף גוגל זאגט מיר אז מען דארף עס סעטטן אין די IE פעיזש פייל. גיי ווייס וואס דאס איז. (כאב שוין מורא ס'יז פראגרעמינג און דער אשכול וועט באלד אריינפליען אין אן אנדערן פורום..)

עני איידיע? די פאקט, הא ?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 6:46 pm
דורך thefact
אין אינטערנעט עקספלארער
גיי צו פייל | פעידזש סעטאפ
נעם ארויס פון די העדדער און פוטטער וואס דו דארפסט נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 8:20 pm
דורך קרעמער
thefact האט געשריבן:אין אינטערנעט עקספלארער
גיי צו פייל | פעידזש סעטאפ
נעם ארויס פון די העדדער און פוטטער וואס דו דארפסט נישט


הערה בעלמא: וויאזוי מאכסטו די גלייכע ליניע פון אויבן אראפ אינמיטן די שורה?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 8:24 pm
דורך שוועמל
שכויח די פאקט !!

אריין אין סוקסעס סטאריס.....

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 8:31 pm
דורך שוועמל
קרעמער, די סארט ליניע מאכט מען אזוי
|||||||||||||

העכער די 'ענטער' באטאן איז דא איין באטטאן מיט א 'בעקסלעש', העכער דעם איז דא דעלימיטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 8:40 pm
דורך קרעמער
יישר כח.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 8:56 pm
דורך thefact
קרעמער האט געשריבן:
thefact האט געשריבן:אין אינטערנעט עקספלארער
גיי צו פייל | פעידזש סעטאפ
נעם ארויס פון די העדדער און פוטטער וואס דו דארפסט נישט


הערה בעלמא: וויאזוי מאכסטו די גלייכע ליניע פון אויבן אראפ אינמיטן די שורה?


די גלייכע ליניע פון אויבן אראפ אינמיטן די שורה הייסט די "פייפ" קי PIPE KEY
העכער די ענטער קי איז דא די באטטען (מיט שיפט ארבעט עס) ס'האט אויף זיך די צורה | צוהאקט אינדערמיט כזה ¦ אבער ער שרייבט זיך כנ"ל | (איך ווייס נישט פארוואס אויפן קיבאורד איז עס צוהאקט אינדערמיט)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2008 9:08 pm
דורך שוועמל
די פאקט;
כאב געמיינט אז ס'הייסט 'דעלימיטער'.

עניוועי, וואו איז דא א גוטער טשארט מיט אלע נעמען פון סימבאלס און קערעקטערס?

עס וואלט געווען אינטערעסאנט אזאנס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2008 9:31 pm
דורך גבאי
פארוואס אויף מיין קיבארד איז עס נישט דא?

פארעפענטליכט: שבת ינואר 19, 2008 10:07 pm
דורך thefact
שוועמל האט געשריבן:די פאקט; כאב געמיינט אז ס'הייסט 'דעלימיטער'.

יא ס'הייסט טאקע א "פייפ דעלימיטער"