דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לענ''ד »

א גוט יאר

גראד צו מיין שאלה

וואו איז בעסער צו קויפן א דאמעין, גוגל אדער גאו דעדי?

(אויב ס'איז שוין דא אזא אשכול, בעט איך אייך אנטשולדיגונג)
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דאמעין איז גאו דעדי זייער גוט, נאכער קומט אריין פרעגן איבער די קומענדיגע זאכן (האוסטינג, אימעיל, וכו') ביי וועם צו נעמען.
לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לענ''ד »

עס האט מער מעלות וואו גוגל דאמעין?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ווען איך פארמאג א דאמעין פאר אן אימעיל, קען איך דאס נוצן פאר א סייט?
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

יא עס איז צויי אנדערע מין רעקארדס אין DNS וואס פאוינטען צו אימעיל און די
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לענ''ד האט געשריבן:א גוט יאר

גראד צו מיין שאלה

וואו איז בעסער צו קויפן א דאמעין, גוגל אדער גאו דעדי?

(אויב ס'איז שוין דא אזא אשכול, בעט איך אייך אנטשולדיגונג)

גאו דעדדי איז שוין פאר יארן זייער פאפולער און גוט, אבער איך וואלט געזאגט צו גיין מיט גוגל.

קודם כל איז סימפעלער צו האבן איין לאגין פאר דעם אויך (א דזשימעיל אדרעס האסטו דאך מסתם...). אבער כמובן אז זינט א דאומעין איז מער א האקעלע זאך, זאלסטו (אויב דו האסט נישט סתם אזוי) אנצינדן טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן (וואס שיקט א טעקסט אדער צו אן עפפ אויפן פאון נאכן אריינלאגן צו דיין גוגל אקאונט.)

צוויי בענעפיטן וואס איך האב געזען ביי גוגל (מוז נישט זיין אז עס איז עפעס פאר דיר). איינס איז בחינם'דיגע פרייוועט רעגיסטרעישאן וואס בלאקט דיין אינפאו פון זיין פאבליק אויף די דאומעין רעגעסטראציע, גאו דעדדי בעט דערפאר אפאר קאפיקעס. צוויי אז עס איז זייער גרינג צו נוצן אימעיל פארווערדינג צו קענען געהעריג נוצן אימעיל אדרעסן אויף דיין דאומעין בחינם.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לענ''ד »

קנאפער ידען האט געשריבן:גאו דעדדי איז שוין פאר יארן זייער פאפולער און גוט, אבער איך וואלט געזאגט צו גיין מיט גוגל.

קודם כל איז סימפעלער צו האבן איין לאגין פאר דעם אויך (א דזשימעיל אדרעס האסטו דאך מסתם...). אבער כמובן אז זינט א דאומעין איז מער א האקעלע זאך, זאלסטו (אויב דו האסט נישט סתם אזוי) אנצינדן טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן (וואס שיקט א טעקסט אדער צו אן עפפ אויפן פאון נאכן אריינלאגן צו דיין גוגל אקאונט.)

צוויי בענעפיטן וואס איך האב געזען ביי גוגל (מוז נישט זיין אז עס איז עפעס פאר דיר). איינס איז בחינם'דיגע פרייוועט רעגיסטרעישאן וואס בלאקט דיין אינפאו פון זיין פאבליק אויף די דאומעין רעגעסטראציע, גאו דעדדי בעט דערפאר אפאר קאפיקעס. צוויי אז עס איז זייער גרינג צו נוצן אימעיל פארווערדינג צו קענען געהעריג נוצן אימעיל אדרעסן אויף דיין דאומעין בחינם.


שכח פאר'ן ענטפערן גראד צום פינטל

אז איך קויף אפאר נעמען אויף איינמאל קום איך אן עפעס ביליגער?

וואס מיינט דאס?
אבער כמובן אז זינט א דאומעין איז מער א האקעלע זאך, זאלסטו (אויב דו האסט נישט סתם אזוי) אנצינדן טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן (וואס שיקט א טעקסט אדער צו אן עפפ אויפן פאון נאכן אריינלאגן צו דיין גוגל אקאונט.)
לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לענ''ד »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:יא עס איז צויי אנדערע מין רעקארדס אין DNS וואס פאוינטען צו אימעיל און די


וואס איז דאס DNS?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לענ''ד האט געשריבן:אז איך קויף אפאר נעמען אויף איינמאל קום איך אן עפעס ביליגער?

איך האב נישט געזען קיינער זאל געבן ביליגער אויב מען נעמט אפאר דאומעינס אויפאמאל.

וואס מיינט דאס?
אבער כמובן אז זינט א דאומעין איז מער א האקעלע זאך, זאלסטו (אויב דו האסט נישט סתם אזוי) אנצינדן טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן (וואס שיקט א טעקסט אדער צו אן עפפ אויפן פאון נאכן אריינלאגן צו דיין גוגל אקאונט.)

וועלכע חלק פון די טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן פארשטייסטו נישט? לאמיר טרייען צו מסביר זיין:

נארמאל ווען דו סיינסט אריין צו דזשימעיל נוצסטו א פעסווארד אליינס, און אויב איינער געפינט אויס דיין פעסווארד (למשל גוגל ווערט געהעקט - וואס איז נאכנישט געווען... - אדער א צווייטע סייט וואס דו נוצט דער זעלבער פעסווארד ווערט געהעקט, אדער אויף נאך א ביליאן וועגן) קען ער אריינגיין צו דיין אקאונט און טון וואס ער וויל.

סאו עכט איז אייביג גוט פאר א וויכטיגע אקאונט ווי דזשימעיל צו האבן עפעס מער סעקיורעטי. און דער בעסטער וועג איז צו האבן נאך א סטעפ ביים אריינסיינען אחוץ סתם דער פעסווארד. דאס ווערט גערופן טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן. דאס קען זיין אין פארעם פון א טעקסט מעסעדזש מיט א קאוד וואס דו באקומסט יעדע מאל נאכן אריינלייגן דער פעסווארד אדער אז דו דארפסט דריקן אין א עפפ אויפן סמארטפאון נאכן אריינלייגן דער פעסווארד, וכדו'.

בס"ה זאג איך דיר אז זינט א דאומעין איז זייער א האקעלע זאך, נאך מער אפילו ווי סתם א דזשימעיל אדרעס. און צומאל א טויש אין א דאומעין איז א מעוות לא יוכל לתקן אויב איינער באקומט זיך אריין אין דיין קאנטע און טרענספערט עס. זאג איך אז אויב דו קויפסט א דאומעין אויף דיין גוגל אקאונט זאלסטו אנצינדן ביי דער אקאונט לכה"פ טו-פעקטאר-אטענטיקעישאן פאר מער סעקיורעטי.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

לענ''ד האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:יא עס איז צויי אנדערע מין רעקארדס אין DNS וואס פאוינטען צו אימעיל און די


וואס איז דאס DNS?

דער וועג וויאזוי די זאכן ארבעטן איז אז דו קויפסט א דאומעין ביי איינער פון די קאמפאניס און דאן האבן זיי אלע סעטטינגס (דאס הייסט DNS Records) צו אנשטעלן וואס זאל געשען יעדע מאל איינער קומט צו דער אדרעס זוכן עפעס צו וואו (אן אייפי אדרעס נארמאל) עס זאל גיין זוכן די זאכן. סאו דער DNS רעקארד פאר אימעיל און פאר א וועבזייטל זענען צוויי עקסטערע זאכן, און דארפסט/קענסט ביידע עקסטער אנשטעלן לויט דער סערוויס וואס דו נוצסט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

דאס איז שוין א חידוש...
גוגל קאסט $12 א יאר באקימסט פרי פרייוועט רעגיסטרעשאן, ביי מעיל פארווארדינג קענסט מאכן פרי אטאמאטיק ריפליי דורך GMAIL
גיי טאטע קאסט $.99 די ערשטע יאר נאך דעם קאסט עס $15 יאר פלאס פרייוועט רעגסטרעשאן פאר ארום $8 אבער זיי האבן די אפשען פרי אטאמאטיק ריפליי ביי מעיל פארווארדינג.
נעמטשיפ קאסט ארום $10 א יאר אבער דארפס צאלן פאר פרייוועט רעגיסטרעשאן (נאך א קיופאן איז עס בערך $2) אין זיי האבן נישט די אפשען פין אטאמאטיק ריפליי ביי מעיל פארווארדינג, דארפס קויפן די געהעריגע אימעל (פאר ארום $5)
די איבעריגע ווייס איך נישט
נאך אלעם מיין איך קימט גוגל אויס די ביליגסטע
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

Wow א שאד איך האב נישט געפרעגט דא פאר איך געעפענט מיין דאוימעין ביי Go Daddy , איך האב נישט אויפגעסיינט פאר פרייוועסי און איך האב טאקע אנגעהויבען צו באקומען צעדליגער קאללס טעקסטס און אימעילס, נאך א טאג צויי האב איך מיר אויפגעסיינט אויף פרייוועסי, און ס׳האט שוין גארנישט געהאלפן, די פעיגערס פון אינדיא האבן שוין אלע געהאט מיין אינפאו עס האט גענומען א גיטע פאר חדשים ביז די קאללס האבן זיך געסטאפט.
לעצט פארראכטן דורך טשאקלעט אום זונטאג יוני 25, 2017 6:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 10:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאקלעט »

איז שייך צו טוישען נאכדעים וואס איך בין שוין ביי Go Daddy?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30741
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

טשאקלעט האט געשריבן:איז שייך צו טוישען נאכדעים וואס איך בין שוין ביי Go Daddy?

מען קען אוודאי טרענספערן א דאומעין, https://support.google.com/domains/answer/3251236?hl=en, עס וועט דיר נאר קאסטן (נישט מער געלט נאר בלויז אז דו דארפסט צאלן פון פאראויס) נאך א יאר רעגיסטרעישאן.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לענ''ד »

נאך א מעלה האט גוגל, אז דו קענסט אויפסעטן אומזינסט צו קענען ריפלייען אימעילס מיט דיין דאמעין נאמען.
לענ''ד
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 2:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לענ''ד »

מיט וואס איז עס למעשה בעסער פון גוגל?
דא צו העלפן!
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא צו העלפן! »

למעשה ווי איז היינט די בעסטע צו גיין?
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

לכאורה גוגל
MCITP
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2011 5:10 pm

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MCITP »

גברא דקפדנא האט געשריבן:לכאורה גוגל

אדער cloudflare
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

כמיין אז גוגל הייבט גלייכט אן מיט $12 פאר יעדע דאמעין.

גאו דעדי קען אסאך מאל אנהייבן מיט (קלאמפיש) איין צענט א חודש.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
דא צו העלפן!
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא צו העלפן! »

MCITP האט געשריבן:
גברא דקפדנא האט געשריבן:לכאורה גוגל

אדער cloudflare

איך זוך איינער עס צו טון פאר מיר
כ'ווייס שוין וועלכע נאמען איך וויל
און ווי

איך וויל איינער זאל מיר טון די טעקניקל חלק פון עס קויפן
מאכן די אימעיל אדרעסעס וואס כ'וויל האבן
און אויפסעטן א בעסיק וועבזייטל

איך וויל צאלן פארשטייט זיך פאר ווער ס'טוט עס.
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע: אויפן Logi קיבאורד

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

קויף ביי גאו דעדי

נאכדעם עפען א גוגל ווארקספעיס אקאונט - טרענספער אהין דיין דאמעין.

און דיין אימעיל נאמען@דאמעין.קאם מאך ביי מיין חבר גוגל.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
גברא דקפדנא
שר חמש מאות
תגובות: 994
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 4:59 pm

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גברא דקפדנא »

פארוואס די עקסטערע קאפוויי פון קויפן ביי גאו דעדי? גיי לכתחילה צו גוגל
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קו הישר »

פשטא האט געשריבן:קויף ביי גאו דעדי

נאכדעם עפען א גוגל ווארקספעיס אקאונט - טרענספער אהין דיין דאמעין.

און דיין אימעיל נאמען@דאמעין.קאם מאך ביי מיין חבר גוגל.

א טרענספער קאסט אויך געלט. שוין בעסער צו גיין גלייך צו גוגל.
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
דא צו העלפן!
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am

Re: דאמעין - גוגל אדער גאו דעדי?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דא צו העלפן! »

גברא דקפדנא האט געשריבן:פארוואס די עקסטערע קאפוויי פון קויפן ביי גאו דעדי? גיי לכתחילה צו גוגל

ווייל נאר זיי האבן אוועילבל עקזעקלי וואס איך וויל
סאו ס'איז מיר ווערד די עקסטערע פאר דאלער
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”