בלאט 1 פון 1

הילף מיט מייקראסאפט אוטלוק: באלק אימעיל

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 2:00 am
דורך שוועמל
ווער עס קען זיך אויס מיט מייקראסאפט אוטלוק זאל ביטע העלפן מיר.

איך וויל שיקן אימעילס צו א סך אדרעסן און ווען ס'קומט אן צו יענעם זאל שטיין דערויף "בלויז" יענעמ'ס נאמען אדער אימעיל און נישט דעם גאנצן ציבור'ס. (עס איז אמאל וואס די TO באקסל איז אינגאנצן ליידיג, דאס איז נישט אינטערעסאנט פאר מיר)

וויאזוי איז די ריכטיגע וועג ביים נוצן אוטלוק אדער אוטלוק עקספרעס.
1) צו מאכן א גרופ, און דערנאך סעלעקטן די גרופ נאמען אינעם TO באקסל ?
2) צו מאככן א גרופ, און דערנאך סעלעקטן די גרופ נאמען אינעם BCC באקסל?
3) נישט צו מאכן א גרופ, נאר אריינשטעלן יעדענס נאמען באזונדער אינעם BCC מיט א ; אינדערצווישן?

איך האב פרובירט שטייצעך און סי'ז אויסגעקומען אז ווען איך נוץ BCC סיי ביי די גרופ נאמען און סיי ביי די באזונדערע נעמען, וועט אלס ארויפקומען די סענדערס אימעיל:
FROM: shvemel@gmail TO: Shvemel@gmail. ס'קומט טאקע אן צו אלע אדרעסן אבער נישט די ריכטיגע וועג.

און ווידער ווען איך נוץ אין סתם TO אדער CC וועט יעדער קענען זען אלע אנדערע אימעילס.



אדער אפשר גאר זאל איך נוצן מייקראסאפט מארקעטפלעיס פאר הונדערטער דאלערס?
http://www.group-mail.com/asp/common/marketplace.asp

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 06, 2008 3:50 am
דורך שוועמל
מען קען עס נישט טון מיט אוטלוק אדער אוטלוק עקפרעס.

דא האב איך געטראפן א ביליגן פראגראם וואס טוט אלעס מיט נאך פארשידענע פיעטשורס ווי למשל צולייגן יעדענס באזונדערע נאמען אינסייד אינעם מעסעזש, עס סופפארט דעזיין מאוד און הטמל מאוד, אנשטעלן וויפיל מעסעזשעס צו שיקן יעדע מינוט. וכו' און נאך גאר גוטע פיעטשורס. די פרייז איז באמת ביליג פאר ווער ס'דארף עס האבן כסדר, 30 דאלער.


די עיקר אויפטוה איז אז ס'שיקט די מעסעזש פאר יעדן באזונדער, אנשטאט פאר אלע אויף איינמאל ווי אוטלוק אדער עקספרעס טוען. דאן קען מען נישט טוישן צווישן איין אינעם אנדערן.
http://www.prosoftapps.com/pcimail.htm