אייגענע וועבסייט | הקדמה

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 20, 2017 8:12 am

מומחה עצום האט געשריבן:עטס הערטס אויף צו מומחה'נען דא? מומחה ארויף, מומחה אראפ.

פון עקספיריענס קען איך ענק זאגן אז רוב מענטשן וואס 'ווילן א וועבסייט', האלטן ביים דרייען א קאפ.

פאר איר הייבט אן טראכטן פון א וועבסייט, ענטפערט די פאלגענדע פראגעס:

1) פאר וועמען מאך איך א וועבסייט (ס'דא ביליאנען וועבסייטס אויף די וועלט, פארוואס זאל איינער אנקומען צו דיין וועבסייט?)
2) וויפיל געלט אדער וואספארא נוצן גיי איך האבן פון די וועבסייט? (גייט עס מיר ברענגען כבוד, געלט, מארקעט ליעדס, סעילס, ביזנעס וואוקס...)
3) לויט די תירוצים צו נומער 1 און 2; וויפיל געלט האלט איך ביים אויסגעבן פאר אזא שפיל?

אויב האט איר נישט אויף א פאפיר קלאר געשריבענע תשובות פאר די אויבערדערמאנטע פראגעס, איז א שאד די צייט צו רעדן מיט אייך.

All I can say is
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 20, 2017 8:28 am

אויך מיר האט געשריבן:יישר כח "כשר" פארן אנהייבן, אטאדאס האבעך געמיינט.
יעצט צו פארשטיין,
פארוואס זאל א קאמפעני וועלן האבן נאר אן אינפארמעישענעל אדער בלאג סייט. איז נישט ענדערש ער זאל פארקויפן דארט זיינע פראדוקטן? ווי איך פארשטיי דארף יעדער קאמפאני בעיקר אן אי-קאמערס און צו דעם לייגט מען צו אינפאמעישאן אדער נייעס (בלאג)?

כ'האב שוין אויבן ערקלערט: יאך בין א גרינער אין דעם פעלד.

אגיטן "אויך מיר".

צום ערשטען: איעדער איינער איז אמאהל גיווען א גרינער. אן אקואנטענט האט אויך נאר געוויס debits and credits נאכן זיך אויסלערנען.
אני לשכעצמי האב איך אמאהל נישט געוויסט וויאזוי מען "וואקט". פשוט און גראד. ערגעץ צווישן די 10 און 18 חדשים (געדענקט שוין נישט פונטקליך..) האב איך זיך אויסגעלערנט.

סוי, מיהר וועלן אייך מאכן אויס גרינער.

איצטער איז אזוי. די אינטערנעץ איז נישט נאר צום פארקויפן! למשל: אן ארגאנזאציע ווי "רופא חולים קענסער סאויסייעטי" פארקויפט נישט גארנישט. אבער ער טוט יא פראמאטען זיין ארגאנאזאציע. ער טוט אויך נעמען donations נדבות אויף זיין וועבסייט. ווי אויך promote ער זיין Chinese Auctions אדער אנדערע fund raising פראגרעמס וואס ער האט. איך נוץ RCCS בלויז אלטס א משל.

יעצט (איך שטעל מיך פאר), אפאר יאהר צירוק ווען די founder אדער די board of directors וכו' פין RCCS האבן מחליט גיוועהן "מען דארף א וועב סייט", האבן זיי גיהאט א סיבה. צו ווייל א געלונגענער מענטש וואס דיזיינט וועב סייטס האט זיי אויפגעקלערט, צו ווייל זיי האבן אליינס מחליט גיוועהן, וכו'. אבער זיי האבן זיך אראפגעזעצט און דן גיוועהן בכובד ראש, וואס דארף איך פון די אינטערנעץ (נאכאמאהל: איך שטעל זיך פאר).

נאכן דן זיין האבן זיי באשלאסן, איך דארף א וועבסייט צו:

Outreach to potential donors
Our clients (those who actually need our services) should understand who we are
Outreach to hospitals, insurance providers, government agencies

ווי אויך בעפאר אן אקציע צו קענען פראמטען עס למשל אן auction.

אוי קעי. דאן האט מען זיך אראפגעזעצט מיט א מארקעטאינג קאמפאני, וועב דיזיינער וכו'.

די דיזיינער האב גיגעבן עצות וויאזוי און וויפיהל עס וועט קאסטען. אויב איז ער א גוטער אין זיין פעלד, האט ער אפילו נישט געמיזט דיסקאסטן "ווי אזוי" ער גייט עס טוהן. דהיינו, צו ער גייט נוצן wordpress אדער אן אנדערע פראגרעם. אבער עס קען זיין אז ער האט יא. קען זיין ער איז גיווהן גאר honest און זיי געלערנט אז ער גייט דעליווערן די וועב סייט אבער זיי געבען די options עס אליינס צו managen אין די future זיי זאלען קענען צולייגן וכדומה.

אבער נאכאמאהל: דאס איז נאר די שפיץ גאפל. וואס איז מיט:
Hosting
Domain Name
Marketing
Social Media
Replies to comments on blog pages
ועוד. ועוד. ועוד.

יעצט צום "גרינער": פרעגט קשיות, מיהר וועלן פראבירן ענטפערען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג יוני 20, 2017 9:53 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:למעשה איז יעדער מודה, מ'דארף גיין צו א מומחה,
ווער זענען די מומחים?
קען איינער ברענגען נעמען/נאמבערס פון באקאנטע גוטע מומחים?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג יוני 20, 2017 1:09 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:למעשה איז יעדער מודה, מ'דארף גיין צו א מומחה,
ווער זענען די מומחים?
קען איינער ברענגען נעמען/נאמבערס פון באקאנטע גוטע מומחים?

memberlist.php?mode=viewprofile&u=3561

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג יוני 20, 2017 1:47 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:למעשה איז יעדער מודה, מ'דארף גיין צו א מומחה,
ווער זענען די מומחים?
קען איינער ברענגען נעמען/נאמבערס פון באקאנטע גוטע מומחים?

פרעג דיך נאך ביי מענטשען וואס דו קענסט נישט אויף א פארום וואס דו קענסט נישט יענעם
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג יוני 20, 2017 2:43 pm

טויגליכער איד האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:למעשה איז יעדער מודה, מ'דארף גיין צו א מומחה,
ווער זענען די מומחים?
קען איינער ברענגען נעמען/נאמבערס פון באקאנטע גוטע מומחים?quote]
memberlist.php?mode=viewprofile&u=3561

נאמבער ביטע ?

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג יוני 20, 2017 5:48 pm

איך בין א מומחה. לעניית דעתי. ווען איך בין אין די גיסטע, און נישט הונגעריג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
סאכאטשאווער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:05 pm

תגובהדורך סאכאטשאווער » דינסטאג יוני 20, 2017 6:28 pm

מומחה עצום האט געשריבן:עטס הערטס אויף צו מומחה'נען דא? מומחה ארויף, מומחה אראפ.

פון עקספיריענס קען איך ענק זאגן אז רוב מענטשן וואס 'ווילן א וועבסייט', האלטן ביים דרייען א קאפ.

פאר איר הייבט אן טראכטן פון א וועבסייט, ענטפערט די פאלגענדע פראגעס:

1) פאר וועמען מאך איך א וועבסייט (ס'דא ביליאנען וועבסייטס אויף די וועלט, פארוואס זאל איינער אנקומען צו דיין וועבסייט?)
2) וויפיל געלט אדער וואספארא נוצן גיי איך האבן פון די וועבסייט? (גייט עס מיר ברענגען כבוד, געלט, מארקעט ליעדס, סעילס, ביזנעס וואוקס...)
3) לויט די תירוצים צו נומער 1 און 2; וויפיל געלט האלט איך ביים אויסגעבן פאר אזא שפיל?

אויב האט איר נישט אויף א פאפיר קלאר געשריבענע תשובות פאר די אויבערדערמאנטע פראגעס, איז א שאד די צייט צו רעדן מיט אייך.


סארי מיר האבן נישט געמיינט אייך צו ערוועקן ווען מיר האבן דערמאנט די ווארט מומחה

מיר קענען זיך נישט אויס אין אייער אלערט קנעפל....
קרוז ווס. שארפטאן
כאפצעם האט געשריבן:זיכער שארפטאן. טאקע א קאנטראווערסיאלער מענטש אבער אין פאליטיק איז ער נישט צו קיין איין (קאנסערוואיטוו/ליבעראל) עקסטרעם. קרוז איז אן עקסטרעמיסט שאין בדגמתו, אויב קוקט וואשינגטאן יעצט אויס גרידלאקט ווארט נאר ווארט ביז דער באווייזט זיך..

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » דינסטאג יוני 20, 2017 7:09 pm

גלאט "כשר" און קלאר צעלייגט, יישר כח

לסיכום דארפן זיי א סייט פאר:
פארקויפן א זכות פאר א נדבן -איקאמערס
ברענגן די ליידנדע -איקאמערס (זיי פאררקויפן זיי די סערוויס פון באצאלן די קאסטן)
אבער ביידע ווערן געטוהן מער אויף א אינפאמעשאנעל בעיס
אנקומען צו אינסטאנצן -אינפארמעשאנעל

כ'האב געקוקט ביי זיי, זיי האבן נישט קיין בלאג.

די אנדערע חלקים פון:
Hosting
Domain Name
Marketing
Social Media
Replies to comments on blog pages
האט שוין נישט מיטן הקדמה, דאס האט שוין מיטן למעשה'דיגע חלק

ר' מומחה, מ'רעדט נישט צו אייך נאר וועגן אייך...
יישר כח פאר די 3 וויכטיגע פונקטן (אגב: אויך א חלק פון למעשה)

מ'דארף שוין אויך נישט זיין באזארגט: "אבערוואס" טוט מען א יאר ארום? יישר כח

אַבּערוואַס האט געשריבן:אבער לעצם האשכול, האלט איך נאך אלץ אז ס'וואלט געווען א שיינע זאך ווען מ'קען ווען דא אויסשמועסן אביסל וואספארא סארטן וועבסייטס ס'זענען אלץ דא, און אין דזשענערעל וואספארא סארט ביזנעס נוצט וועלכע סארט וועבסייט, און מיט וואס מ'קען זיך אליינס שפילן אויב מ'האט די צייט אבער נישט די געלט, און וואס ס'לוינט נישט צו פראבירן אפי' אויף א קליינע פארנעם, וכדו'.

די מו(מ)חים האבן ב"ה אביסל נאכגעלאזט און גע"כשר"ט דאס אנהייבן, מיר האפן אז די "מומחים" וועלן ווייטער ממשיך זיין
איי א וועלט!


אויך מיר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 21, 2017 11:18 am

א גוט אויג האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=70&t=33241

כ'זעה מ'רעדט דארט פון א Landing Page, מה זאת?
איי א וועלט!

א גוט אויג
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 29, 2017 12:17 pm

תגובהדורך א גוט אויג » מיטוואך יוני 21, 2017 9:35 pm

אויך מיר האט געשריבן:
א גוט אויג האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=70&t=33241

כ'זעה מ'רעדט דארט פון א Landing Page, מה זאת?


ווי איך פארשטיי מיינט עס א סייט נאר מיט איין מעין פעידש, ס'איז מער פאר אינפעירמעישן

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » דאנארשטאג יוני 22, 2017 10:51 am

א גוט אויג האט געשריבן:
אויך מיר האט געשריבן:
א גוט אויג האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=70&t=33241

כ'זעה מ'רעדט דארט פון א Landing Page, מה זאת?


ווי איך פארשטיי מיינט עס א סייט נאר מיט איין מעין פעידש, ס'איז מער פאר אינפעירמעישן

נאך א זיך אקציע אין די וועלדער פון ר' גוגל זעט מיר אויס ווי עס איז א בלאט וואס שלעפט אריין דעם מענטש צום קאמפאני. ד.ה. מ'מאכט דעם בלאט גאר ציענד אז דער פאטענציאלע קונה באוויליגט צו געבן זיין אינפארמאציע. א שטייגער ווי "ווילט איר געהאלפן ווערן מיט אבג? פילט אויס דעם פארם, און איר וועט ...".

מיר האפן אז די מומחים וועלן אויסקלארן.
איי א וועלט!

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 10:26 am

Any one can recommend me a good marketing company for my website PPC ads and SEO? I am using now marketing360.com for almost 2 years, but not so happy with them
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

צו וואס
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 26, 2017 2:59 pm

תגובהדורך צו וואס » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 11:11 am

לעמעלע האט געשריבן:Any one can recommend me a good marketing company for my website PPC ads and SEO? I am using now marketing360.com for almost 2 years, but not so happy with them

If you find someone let me know.

In my experience everyone who says they know how to do it are lying

PPC the good ppl are already booked.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:19 pm

Kosher Travel האט געשריבן:לידיעה בעלמא... אמאהל ווען וועלט איז געוועהן וועלט האט מען דיזיינט די גאנצע וועבסייט "אפ ליין" (Off Line). מען האט געניצט מייקראסאפט פראנט פעידז (איעדער אונטער פופציג, ליין ווייטער...), נעט פיושען אדער Adobe Dreamweawer. מען האט געדענדיגט, האט מען דאס אריבערגעשיקט צו האסטינע פראוויידער דורך עף טי פי וכדומה.

דאן איז געקומען די רעוואלוציע פון וועב בעיסט CMS וואס טייטש Content Management System. לככתחילה איז גיווען אסאך, און מען האט קלאר געוויסט אז רוב וועלן ארויספאלן און איין צוויי וועלען איבערנעמען די מארקעט. און אזוי איז גאווערען, Wordpress האט איבערגענומען. אבער עס איז אויך געוועהן Typepad, Blogger, וכדומה. Wordpress האט זיך אהנגעהויבען אלץ א בלאגער סאפטוועיר. היינט נוץ מען עס פאר רוב וועבסייטס. עס ארבייט דורך themes. כל מיני themes איז דא - אסאך פשוט פאר שיינקייט. די פעינט דזאב. אבער אסאך לייגן צו פאנקשענן.

דאן איז אויך דא "פארום" וועבסייטס. למשל, Ivelt איז נישט קיין בלאג. עס איז געבויע אלטץ א פארום פראגרעם גערופען phpBB. עס איז דא אסאך פון זיי, רוב שעירוועיר. למשל Simple Machines, וכדומה. עס איז דא גאר א גיטע גערופען Vbulletin.

דאן איז דא אי קאמערס וועבסייטס. למשל Shopify, BigCommerce, וכדומה. א חלק אינגאנצען געהאסטעט דורכן פראוויידער, ווי למשל שאפיפיי. א חלק דארפט איהר האסטען, ווי למשל Magento.

אבער רוב פון די פראגראמס Overlap. דהיינו: Shopify איז אן ecommerce פלאטפארם, אבער מען קען אויך האבן א פולע blog אויף Shopify גאנץ פראפעשינעל. איז אבער אזוי: אויב ווילט איהר נאר א בלאג, דאן איז Shopify נישט פאר אייך. אבער אויב ווילט איהר פארקויפן online, דאן איז shopify גוט פאר אייך. און איהר וועט זיך באנוצען דערמיט "אויך" צו האבן א בלאג אויף אייער סטאר. עס ארבייט אזוי ווי א news section ווי איהר קענט פראמאוטען אייער סטאר.

בקיצור, עס ווענדט זיך גאר אסאך וואס איהר ווילט טוהן.

דאס אלעס איז נאר א שפיץ גאפל! למשל... Wordpress קומט מיט הונדערטער טויזענטער Plugins וואס לייגן צו פארשידענע funcetions צום וועבסייט.


כ'וויל נאר צולייגן צוויי קליינע נקודות. ווארדפרעס איז טאקע גאר פאפולער, אבער היינט זענען דא אנדערע ענליכע קאמפעניס וועלכע זענען מער מאדערן (אין מיין אפיניען) פון ווארדפרעס. די צוויי גרעסטע זענען WIX און Square Space. די עיקר פראבלעם וואס איך זע מיט ווארדפרעס איז אז עס מעיקרא געבויעט געווארן פאר בלאגס, און כאטש היינט קען מען שוין מאכן דערמיט כל מיני וועבסייטס, איז עס ביסודו געבויעט פון א בלאג וועבסייט פערספעקטיוו, און אויב וויל מען בכלל נישט סערווירן ארטיקלן מיטן וועבסייט איז ווארדפרעס לאו דוקא דער בעסטער געצייג. נאך מער, פאר בלאג/ארטיקלן סטיל וועבסייטס איז לעצטנס גאר פאפולער "סטעטיק" וועבסייט דזשענערעיטארס א שטייגער ווי Jekyll און Hugo.

נאך א נקודה כשר טראוול האט דערמאנט פראגרעמס וועלכע מ'אינסטאלירט אויף א סערווער, און ס'סערווירט א וועבסייט. טייל מאל איז עס ניטאמאל דאס, דער פראגעם איז שוין אינסטארלירט אויף א קאמפעני'ס וועבסייט (א שטייגער ווי שאפיפיי) און זיי סערווירן די וועבסייט. אבער א גרויסע צאל וועבסייטס בויען/שרייבן זייער אייגענע סאפטוועיר. על פי רוב איז דאס נאר ווען דער וועבסייט פארלאנגט א קאסטום פונקציאנאליטעט וועלכע די פראגרעמס געבן נישט. די סארט וועבסייטס רופן זיך "וועב עפפס" (לאפוקי פשוט'ע וועבסייטס), און זיי ווערן געווענליך געבויעט דורך א קאמבינאציע פון א פראנט ענד פרעימווארק (היינט איז פאפולער ענגולער, ריעקט, וכדו), און א בעק ענד סערווער (קען זיין געשריבן אין סיי וועלכע שפראך ווי סי-שארפ, דזשאווא, נאוד, פייטאן, א.א.וו.) + דעיטעבעס (געווענליך MySQL אנלעס מ'רעדט פון א מייקראסאפט סערווער אין וועלכן פאל SQL Server וועט לכאורה זיין בעסער, אבער ס'דא א געוואלד מיט אנדערע ווי PostgreSQL, OracleDB, MongoDB א.א.וו.)
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:03 am

ירוחם:
גאנץ פיין געשריבן, אגב, לעניית דעתי, אביסל צו טעקניקל.

אזוי ווי מומחה עצום האט שוין געשריבן, רוב מענטשען ווילען א וועב סייט און ווייסן נישט פארוואס (א חוץ צו פארדרייען א קאפ). לסוכם, מאכט אפ וואס איהר ווילט און פארוואס. אימפארמאציע? On Line Sales, וכו'.

פאר רוב וועבסייטס איז Wordpress די בעסטע. רוב רובם.

פאר איקאמערס, ווענדט זיך אסאך. וויפיהל טרעפיק, וויפיהל אייטעמס, וויפיהל variations און attributes.
לא ראוי כזה כראוי זה. איינס האט מער מעלות פאר איין זאך אין די צווייטע פאר עפעס אנדערשט. איך האב מיך געבראכן 6 חדשים מיט Magento און צום סוף, נאכן אראפלאשן טויזענטערס, עס געדראפט פאר Shopify. דאס איז געוועהן פאר א קליינעט וואס האט אהנגעהויבען מיט Magento און האב איבערגענומען ווען יענער האט אויפגעגעבן. רוב געלט איז געוועהן פאר קאוסטומייזען אז Magento זאל "רעדען" צו זייער נייע ERM סאפטוועיר. מען האט געדארפט אויך רעדן צי איבעי, וואלמארט וכדומה. מיהר האבן באוויזן מיט Shopify פאר א צענטעל... און רוב געלט איז גאגאנגן פאר קאסטום attributes און דעזיין. נישט פארן עס מאכן ארבייטן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט