בלאט 1 פון 2
דאונלאודן פון יו טוב
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 9:15 pm
דורך אנדי פעטיט
שוועמל האט געשריבן:שלמי דאסקאל זינגט גאר הארציג 'ובנה ירושלים עיר הקודש'
שפעטער וועל איך ארויפלייגן אויף יו סענד איט פאר די זשעי נעט באנוצער
ווי אזוי דאונלאודסטו פון יו טוב?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 9:25 pm
דורך שוועמל
דאונלאודן פון יו טוב איז פון די גרינגסטע זאכן.
גיי צו טעמפארערי פיילס און קאפי יענעם דאונלאוד צו דיין דעסקטאפ, נאכער עפן עס אויף מיט VLC PLAYER .
אויב דו זאגסט מיר וויאזוי ארויפצולייגן א ווידיאו דא אויפן קרעטשמע וועל איך עס טון אי"ה
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 11:41 am
דורך בני היכלא
שוועמל, קענסט מסביר זיין בעסער?
איך וואלט אסאך געדאונלאוד לתועלת חברנו, ווען איך ווייס וויאזוי.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 2:45 pm
דורך שוועמל
כעל דיר צייגן מיט בילדער
דו דארפסט קודם לאזן דאונלאודן דעם קליפ 'גענצליך', דאס הייסט די רויטע ליין זאל זיין גאנץ וואס געווענליך וועט ארויפקומען דען 'פלעי עגעין' אפציע.
נאכער גיי צו אינטערנעט אפשענס > סעטטינגס > וויאו פיילס > עס וועט נעמען א מינוט ביז די טעמפארערי פאלדער וועט זיך עפענען.
קליק אויף די טעב Size כדי צו ארגאניזירן אלע פיילס לויט די סייז, א ווידיאו וועט לכאורה זיין עטליכע טויזנט קילא בייטס אזוי וועט עס גלייך ארויפקומען אויבן אן דארפן צו לאנג זוכן.
ווען דו וייסט וואסערע פייל עס איז, גיי צו די File Name קאלומם אויף די לינקע זייט, רייט קליק און דרוק Copy, סעיוו עס אויפן דעסקטאפ אדער אין דיין ווידיא פאלדער. עס קען גאנץ מעגליך זיין אז דער פייל וועט נישט האבן קיין אסאשיעטעד פלעיער דערמיט און ווען וועסט עס ווילן עפענען ועוט ער דיך פרעגן וויאזוי. דאן גיי צו בראוז און סעלעקט VLC פלעיער.
אויב ס'יז נישט גענוג קלאר פרעג איבער
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 2:54 pm
דורך בני היכלא
שוועמל.
אלעס ארבעט א מחי'
ביז דעם פלעיער וואס איך האב נישט
איך קען ארויפלייגן דעם פייל כמו שהוא, און ווער ס'האט דעם פלעיער, וועט עס קענען נוצן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 3:08 pm
דורך בני היכלא
http://www.eatlime.com/download.lc?sid= ... 4D25650215
דאס איז שלומי דאסקאל וואס שוועמל באציט זיך צו.
איך לייג עס ארויף אויף פראבע
אויב ס'ארבעט לאזן וויסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 3:09 pm
דורך שוועמל
דו קענסט ארויפלייגן דעם פייל אויף יוסענדאיט למשל. און ווער ס'דאונלאדט עס וועט ברויכן נוצן א VLC פלעיער.
אדער קענסטו ארויפלייגן דעם פייל עס זאל שפילן דירעקט פון די קרעטשמע. אבער דארפסט עס קודם קאנווערטן צו MP3 פרעג טריאו אדער פאטאקי וויאזוי מען מאכט דאס ווייל איך ווייס נישט.
פון דא קענסטו דאונלאודן דעם VLC שפילער.
http://www.download.com/3000-2200_4-10778981.html
אגב, דער שפילער שפילט אלע סארטן ווידיא עקסטענשאנס וואס ווינדאוס מידיע קען נישט אויפשפילן, עס איז זייער גוט צו האבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 3:12 pm
דורך בני היכלא
איך האב עס שוין מינווייל דאונלאוד פון דארט.
יישר כח
די וועג וויאזוי צו דאונלאודען און קאנווערטן צו א MP3 צו קענען ברענגען גראד צום קרעטשמע, זענען די וואס ווייסן מכובד צו זאגן, איינמאל פאר אלעמאל אין דיטעיל.
אזוי וועט מען זיי וייניגער מוטשען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 3:21 pm
דורך שוועמל
יא עס ארבייט זייער פיין מיטן VLC בני.
א גוטע עצה איז צו רינעימען דעם פייל למשל: Shlomy Das-Uvnei
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 3:40 pm
דורך אנדי פעטיט
פארוואס ווען איך טריי צו דאונלאודען די קליפ קומט אלץ ארויף דער מעסעדז?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 4:06 pm
דורך 3x0
mp3 קען מען נישט אפלאודן דא אהער, נאר wma, און די וועג איז זייער פשוט, די זעלבע ווי מען אפלאוד א פיקטשער. די זאך איז נאר, אז עס איך ווייס נישט ווי גרויס עס מעג זיין אז די קרעטשמע זאל עס ארויף לאזן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 4:09 pm
דורך אנדי פעטיט
256KB
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 4:34 pm
דורך פאטאקי08
3x0 האט געשריבן:mp3 קען מען נישט אפלאודן דא אהער, נאר wma, און די וועג איז זייער פשוט, די זעלבע ווי מען אפלאוד א פיקטשער. די זאך איז נאר, אז עס איך ווייס נישט ווי גרויס עס מעג זיין אז די קרעטשמע זאל עס ארויף לאזן.
http://www.yiddishworld.com/forum/attach_rules.php?f=18
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 4:57 pm
דורך לחיים ולברכה
שכח פאטאקי.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 5:35 pm
דורך שוועמל
ווען סיז WMA שפילט עס אליינס דא? עס קומט ארויף א קליינע אייגענע ווידיא קעסטעלע?
יעצט וויאזוי איז די גרינגסטע וועג צו קאנווערטן צו א FLV TO WMA
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 5:42 pm
דורך יאנאש
אנדי פעטיט האט געשריבן:פארוואס ווען איך טריי צו דאונלאודען די קליפ קומט אלץ ארויף דער מעסעדז?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:46 pm
דורך פאטאקי08
וואס האסטו גענטפערט יאנאש?
איך פרעג די זעלבע קשיא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 7:54 pm
דורך איך_הער
יאנאש ענטפערט נישט, ער פרעגט מיט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 8:14 pm
דורך שוועמל
פארוואס קריגט מען זיך דא איבער א שטיקל יאנאש? ... ניתי יאנאש ונחזי...
איך מיין דער מעסעזש אינדיקעט אז מ'קען נישט דאונלאדן א עמבד ווידיא
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 9:36 pm
דורך יאנאש
דאן וואסי די עצה?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 2:09 am
דורך אלעקסיי
פייערפאקס האט שוין היינטצוטאגס א פאלג אין אראפצולאודען ווידיאוס, אריינגערעכענט יו-טוב ווידיאוס, אויף פלעש ווידיאו פארמאט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 8:48 am
דורך zamel
ווי אזוי הייסט עס
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 9:04 am
דורך 3x0
שוועמל האט געשריבן:ווען סיז WMA שפילט עס אליינס דא? עס קומט ארויף א קליינע אייגענע ווידיא קעסטעלע?
יעצט וויאזוי איז די גרינגסטע וועג צו קאנווערטן צו א FLV TO WMA
פון FLV ווייס איך נישט, אבער פון MP3 מאך איך עס דורך ווינדאוס מאווי מעיקער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 11:45 am
דורך בני היכלא
שוועמל.
אפשר אויף יו סענד איט, וועלן זיי יא קענען דאולאודען?
די עצה איז, אז איינער זאל אויסלערנען וויאזוי מ'קאנווערט די פייל צו א WMA אדער א MP3
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2008 12:32 pm
דורך פיקח
שיכורים הערט מיר אויס, עס איז דא א מוראידיגע פראגרעם וואס איך ניץ שוין לאנג, סאיז זייער גוט פאר אלע מיני ווידיאס אויפן אינדטרנעט, אינקלאדינג FLV WMA WMV MP3 WMA אד"ג. די לינק איז דא עס איז בחינם מען דארף נאר וויסן ווי אזוי מען ניצט עס.
http://www.orbitdownloader.com/
ENJOY