בלאט 1 פון 2
מאכט אייער גראסערי ארדער אנליין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 1:02 pm
דורך לאז געמאכט
AMAZON.COM האט יעצט גרויסע ספעשעלס פאר ווער עס קויפט ביי גראסערי פרודקטען איך האב אריין געלייגט די ווארט קאשער איז ארויף געקומען אסאך פרודקטן אפילו מיט התאחודת'ס הכשר! רבותי לאמיר סעווען געלט באזוכט
דא פאר 77 מינע ניסלעך מיט די הכשר פון התאחדות הרבנים... אז איר מאכט א שלום זכור אדער פאר א שמש איז עס ממש אין פלאץ איך ווייס נישט וויפעל ס'קאסט דא אין מאנרא אבער איך שטעל מיך פאר אז נאך אלע ספעשעלס איז עס אססאך ביליגער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 1:18 pm
דורך לאז געמאכט
רענטש זופ מיטן וואלאווער הכשר
דא
קאווע מיט די הכשר פון די עדה החרדית כשר לפסח
דא
קניידלעך כשר לפסח (פאר אחרון של פסח)
דא איך נעם נישט קיין אחריות אויף די הכשר
טשערי / בלובערי פיי פילינג לכבוד שבת קודש הכשר עדה החרדית
דא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 1:26 pm
דורך פאטאקי08
בקרוב גייט מען קענען מאכען אגאנצע גראסערי ארדער ביי ראקלענד קאושער דורך די וועב
עס הייסט אז פאר פסח וועט שוין די סייט זיין פארטיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 2:27 pm
דורך לאז געמאכט
וואי זיי האבן שוין א זייטל קאמינג סאטן וכדו'?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:27 pm
דורך thefact
http://www.allinkosher.com
This page is parked free, courtesy of GoDaddy.com.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:32 pm
דורך אנדי פעטיט
איך קען נישט גלייבען אז זיי גייען האבן א וועב זייטעל.
זיין רבי וועט אים זיכענישט לאזען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:53 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:55 pm
דורך פאטאקי08
אנדי פעטיט האט געשריבן:איך קען נישט גלייבען אז זיי גייען האבן א וועב זייטעל.
זיין רבי וועט אים זיכענישט לאזען
איך ווייס נישט וועלכע רבי דו רעדטס אבער זיי זאגען אז צוויי וואכען ארום גייען זיי שוין האבן א זייטל
BTW עס האט גארנישט מיט די בעלי בתים פון ראקלענד קאושער נאר צוויי אנדערע אידן ווילן טוהן ביזנעס מיט זיי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 4:01 pm
דורך אנדי פעטיט
קען זיין.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 3:34 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 3:45 pm
דורך לחיים ולברכה
ס'איז דא אנע שיעור פון די סייטס. כ'מיין אז ס'איז נישט אינטערסאנט צו ברענגן איינצעלנע.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:00 pm
דורך thefact
פארוואס נישט?
אז איין איד וועט הנאה האבן האט זיך שוין געלוינט
און אפשר גאר קען מען עפענען א אשכול "וועבסייט'ס פון היימישע סוחרים"
מיט אפאר ווערטער א קורצע ביאור (און פארשטייט זיך נאר אויב איר בעל הבית איז אינטערעסירט אז דער עולם זאל וויסן דערפון)
לחיים ולברכה האט געשריבן:ס'איז דא אנע שיעור פון די סייטס. כ'מיין אז ס'איז נישט אינטערסאנט צו ברענגן איינצעלנע.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:05 pm
דורך לחיים ולברכה
אה, דו רעדסט פון היימישע סוחרים? אנאנדער מעשה, כאגעמיינט אז עטס רעדסט אזוי ווי עמעזאן וכדו'.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:22 pm
דורך פאטאקי08
קוק גוט וועסטו זען אז דו קענסט דארט קויפן אלעס היימישע פרדוקטען ווי די קאמפאני גפן אדער אפילו סקווערע מילך וכדומה
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:23 pm
דורך פאטאקי08
בקרוב גייט מען קענען דא קויפן אלע פראדוקטן פון ראקלענד קואשער
www.allinkosher.com
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:24 pm
דורך אנדי פעטיט
פאטאקי08 האט געשריבן:בקרוב גייט מען קענען דא קויפן אלע פראדוקטן פון קאקלענד קואשער
www.allinkosher.com
ווי אזוי ווייסטו?
דער פעידז איז דאך נאך פאר סעיל!
אפשר וועל איך עס אפקויפען ?
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:55 pm
דורך לחיים ולברכה
פאטאקי, אזא סייט 'דארף' מען עדווערטייזן, וד"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 4:55 pm
דורך 3x0
איך וואלט נישט אריין געגאנגען אין צו סאך דיטעילס, ווייל ס'איז נישט אלעמאל גוט צו רעדן פון א ביזנעס, וואס איז נאכנישט אין אמט, אבער זיך אביסל נאכפרעגנדיג, און הערנדיג אז פאר די אינגעלייט באדערט נישט אז מ'רעדט פון זיי, ווייל אדרבא זיי קענען נאך הנאה האבן דערפון, וועלעך פלעין אראפ שרייבן עטליכע זאכן, וואס כ'האב געהערט פון א נאנטן צו איינעם פון זיי.
אזוי ווי פאטאקי האט געמאלדן, ס'איז צוויי אינגעלייט פון קרית יואל, וואס האבן געמאכט א דיל מיט ראקלענד כשר סופערמארקעט, ארויף צו לייגן אלע זייערע אייטעם'ס אנליין.
ALLINKOSHER.COM די סייט גייט הייסן אי"ה
ס'וועט נאך נעמען א שיין ביסל צייט, ביז זיי וועלן גיין אנליין, ווייל זיי ווילן מאכן זיכער אז ווען זיי הייבן אן זאל אלעס (אדער כמעט אלעס) קלאפן על צד היותר טוב.
דערווייל קען מען אין קרית יואל שוין מאכן ארדער'ס ביי זיי, דוירך אימעיל, פעקס, פאון.
(פאר ארדער פארעם'ס, אייל דיירעקטארי, קען מען זיך ווענדן צו מיר אין
אישית, אדער אין אימעיל,
3x03x0@gmail.com.)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 6:00 pm
דורך פאטאקי08
שכח טריאוי פארן מאכען פארשריט דערינען פאריגע וואך האסטו קיין השגה געהאט און יעצט נעמסטו שוין אן ארדערס נו! אפשר לייגסטו טאקע ארויף דא די ארדער פארעם אין די פרייזען שכח נאכאמאל
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 12:36 am
דורך שוועמל
מען קען זיך ווענדן צו מיר אויך, אבער נאר מיט פאון ארדערס דערווייל!! פאר וועב ארדערס דארף מען גיין צו טריאו ! (געדענקט מ'האט אייך געווארנט..)
1800shvemel
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 31, 2007 8:31 am
דורך zamel
אנדי פעטיט האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:בקרוב גייט מען קענען דא קויפן אלע פראדוקטן פון ראקלענד קואשער
www.allinkosher.com
ווי אזוי ווייסטו?
דער פעידז איז דאך נאך פאר סעיל!
אפשר וועל איך עס אפקויפען ?
גראדע איז די פעידז נישט פאר סעיל עס איז נאר געפארקט ביי GO DADY צו מאכן געלט פון קליקס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2008 3:28 pm
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 16, 2008 9:18 am
דורך פאטאקי08
thefact האט געשריבן:http://www.allinkosher.com
This page is parked free, courtesy of GoDaddy.com.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2008 8:01 am
דורך thefact
ס'שטייט "קאממינג סאאן...
פאטאקי:
מעגן מיר שוין וויסן "האו סאאן..."?;)
נ.ב. די טעלעפאן נומבער 1877AIK4USA ארבעט שוין יא?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2008 10:44 am
דורך שמערי בערי
איינער האט מיר די וואך געשיקט נאך צוויי לינקס פון קאושער וועב סייטס:
http://www.parkeastkosher.comhttp://www.aviglatt.comאדרבה, אז עימיצער האט נאך, יגדיל אנליין גראסערי ויאדיר, קען מען שוין טאקע מאכן די שבת ארדערס גראד פון קרעטשמע!!
(עיין מיטוואך אשכול, ודו"ק)