בלאט 1 פון 1

ווי איז די בעסטע און די ביליגסטע פלאץ צו עפענען א וועב סייט?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2007 5:58 pm
דורך פאטאקי08
ווי איז די בעסטע און די ביליגסטע פלאץ צו עפענען א וועב סייט?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2007 11:33 pm
דורך ראובן קאהן
go daddy איז איינער פון די פארלעסליכע און ביליגע פירמע. זיי נעמען 10$ א חודש.
voda host איז נאך ביליגער ווי אויך האבן זיי א מורה'דיגע דיזיין פראגראם וואס מ'דארף נישט קענען קיין הטמ"ל פאר דעם. איך וואלט זיי גינוצט נאר צוליב דעם פראגראם.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2007 10:51 am
דורך אלעקסיי
מייקראסאפט האט פאר גענצליך אומזיסט!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2007 2:17 pm
דורך פאטאקי08
מאר דיטעילס ביטע

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2007 9:48 pm
דורך מעסטערמיינד
ראובן קאהן האט געשריבן:go daddy איז איינער פון די פארלעסליכע און ביליגע פירמע. זיי נעמען 10$ א חודש.
voda host איז נאך ביליגער ווי אויך האבן זיי א מורה'דיגע דיזיין פראגראם וואס מ'דארף נישט קענען קיין הטמ"ל פאר דעם. איך וואלט זיי גינוצט נאר צוליב דעם פראגראם.


ביי גיי טאטע קענסטו האבן פאר אומזינסט (אויב נעמסטו א דאמעין ביי זיי) דאס ביליגסטע ביי זיי איז 3.99 א חודש (אויב נעמסטו נישט ביי זיי די נאמען אדער אויב דארפסטו מער פלאץ און בענדוויט)

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 1:18 am
דורך ראובן קאהן
דא איז די מייקראסאפט לינק
http://office.microsoft.com/en-us/officelive/FX101465131033.aspx

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 2:24 pm
דורך שוועמל
דיין פראגע פאטאקי איז זייער א רויע.
יעדע וועבסייט איז געגליכן צו פראגראם. למשל מייקראסאפט ווארד קענסטו עפענען ביי דיר אין לאקאל הארד דרייו אין קענסט טון דארטן אלע פיטשורס וואס מר געיטס האט דארטן אויסגעארבייט. די זעלבע איז א וועבסייט, ווען דו טייפסט אריין דעם אדרעס אינעם בראזער עפענט זיך אויף א געוויסער פראגראם וואס איז אנגעגעבם צו דעם אדרעס און קענסט דארטן נוצן אלע פיטשורס און דרוקן אלע באטטאנס וואס באווייזן זיך דארט. די איינציגסטע הינטערשיד איז אז ווארד עפענט זיך א פראגראם אינסטולירט אויף דיין אייגענעם דרייוו, אבער א וועבסייט עפענט זיך א פראגראם אינסטולירט אויף א סערווער מיט איינטריט דורך א נעטווארק ('נעט) . יעצט:

וואס ווילסטו טון אדער מ'זאל קענען טון אין דיין סייט?

ווילסט פארקויפן פראדוקטן SHOPPING CART ?
ווילסט מ'זאל קענען דאונלאדן פיילס ?
ווילסט זיין אן אפיליעט, אדווערטייזמענטס וכדו' ?

ווען דו ווייסט וואספארא סייט דו ווילסט, דארפסטו גיין א טריט ווייטער ווי למשל אלע פיעטשורס וואס מ'זאל אלס קענען טון. עס זענען דא סטענדארד און נאכדעם קען מען אפגרעדן דורך א וועב-דעזיינער אדער פראגראממער.

לדוגמא OSCOMMERCE איז א פרייע שאפפינג קארט, צו טוישן דעזיין און לעיאוט איז נישט אזוי שווער מען דארף נאר קענען אביסקעלע הטמל דערצו. ווידער צו טוישן פיעטשור אינערהאלב די פראגראם דארף מען שוין זיין א יודע דבר.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 2:27 pm
דורך thefact
שכח שוועמל
יפה דברת, גוט ארויסגעברענגט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2007 4:56 pm
דורך פאטאקי08
שכח שוועמל
איך זיך א וועב סייט וואס זאל מיר גארנישט קאסטן און איך זאל אליין ארויף לייגן מיינע הטמל פיילס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 12:17 am
דורך שוועמל
וואס הייסט 'המטל פיילס' ?

סתם קאנטענט? א בלאג? ווילסט מאכן א פורום סייט?
ווער האט געשריבן די הטמל אין די פיילס?

אלע סייטס וואס מען קען קויפן אויף די 'נעט זענען שוין ענקאודעד מיט הטמל לענגוויטש אזוי אז מען דארף נישט מער ווי בלויז אריינשטעלן דיין קאנטענט אין די ספעציפישע פיעלדס.

איך וועל דיר געבן א דוגמא פון א סייט וואס פארקויפט וועבסייט פראגראמס זיי געבן א פרי טרייעל, דארט וועסטו קענען דיך ארומשפילן צו כאפן דעם קאנסעפס.

WWW.HOMESTEAD.COM

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2007 12:25 pm
דורך פאטאקי08
שכח

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 25, 2008 1:29 am
דורך שוועמל
כאב דאס געפונען מר. פאטאקי ירום הודך.

פרוביר איך ווייס נישט ווי גוט דאס איז
http://ibui.lt/?aid=G01030102 זעט נישט אויס שלעכט. הצלחחחחחה

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 25, 2008 1:46 pm
דורך פאטאקי08
שכח שוועמל