בלאט 1 פון 1
פייל שערינג אויף גוגעל טאלק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 1:15 am
דורך 3x0
גוגעל האט ארויסגעגבען א נייע ווערזשאן פון גוגעל טאלק, און מען קען שוין שיקען פיילס אזויווי מיט די אנדערע מעסענדשזערס.
ליינט דא דערוועגן.
דא קענט איר עס אראפ לאדענען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 9:03 am
דורך יאנאש
איך מיין אז מען דארף נישט דאונלאודן גארנישט, דאס וואס מען האט טוישט זיך אטאמאטיש, אזוי איז ביי מיר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 9:09 am
דורך יאנאש
איצט זעה איך אז זיי האבן צוגעלייגט וואויסמעיל אויכעט, וואס איז ביי די וועי ווערט אויסצוהערן (איך זאג נישט פארוואס).
וואס די אויפטוה פון וואויסמעיל איז האב איך נישט קיין מושג, האט שוין איינער פון אייך אמאל געלאזט א מעסעדזש אויך יאהו מעסענדזער וכדו'? אויב שוין לאזן א וואויסמעיל איז דאך שוין די סעלפון פונקט אזוי גוט.
אבער אז יענער האט מוז איך אויך האבן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 10:28 am
דורך קרעמער
יאנאש האט געשריבן:איצט זעה איך אז זיי האבן צוגעלייגט וואויסמעיל אויכעט, וואס איז ביי די וועי ווערט אויסצוהערן (איך זאג נישט פארוואס).
וואס די אויפטוה פון וואויסמעיל איז האב איך נישט קיין מושג, האט שוין איינער פון אייך אמאל געלאזט א מעסעדזש אויך יאהו מעסענדזער וכדו'? אויב שוין לאזן א וואויסמעיל איז דאך שוין די סעלפון פונקט אזוי גוט.
אבער אז יענער האט מוז איך אויך האבן.
ביטע זאג מיר יא פארוואס עס לוינט זיך מיר אויסצוהערן א וואויס-מעיל (פון וועמען?)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 10:45 am
דורך יאנאש
יו די חכם, וואס איך האב געמיינט צו זאגן-שרייבן-קלאפן, איז אז עס איז ווערט אויסצוהערן די אטאמאטישן מעסעדז וואס מען הערט ווען מען ווערט געטרענספערט צו די וואויס מעיל.
קרעמער אז דו ווילסט טרייען גיב מיר א קאלל אריין, איך וועל נישט אויפהייבן, נאכהער קום דא אריין און זאג פארן עולם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 11:36 am
דורך סאכדעס
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח לאך איך אזוי, פרוביר צו שיקן א וואויס מעיל פאר עמיצין, דע פערסען יו טרייאינג טו ריטש, איסנט עוועלעבעל, פליז ליוו א מעסעדזש עפטער דע מיפ מייייייייייייייייפפפפפפפפ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 1:26 pm
דורך קרעמער
דאס האב איך געוואוסט נאך איידערן שיקן א וואויסמעיל אויך, עס שטייט ביי די אינסטרוקציעס פון די נייע אפציעס. איך וויל נאר וויסן וואסי פשט פון "מיעפ".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 1:28 pm
דורך סאכדעס
סיז לכאורה אזא קעצל ניגון.
יוי ווי דאס הארץ בענקט, וואס ווייסט איר יונגווארג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 6:45 pm
דורך גרויזאמער
מיין באזוך אין קאליפארניע
א חזן בין איך שוין לאנג געווען, היצטערט ווער איך געוואויר אז יאך בין א בעל קורע אויך.
ראה אנכי קוק מיך אן.
גוגל טאלק האט צוגעלייגט א אפציע צו שיקן פיילס! מזל טוב! (אויך א אפציע פון וואויסמעל אבער איך ווייס נישט וואס דאס איז)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2006 6:48 pm
דורך קרעמער
גרויזאמער;
ביטע נעם אראפ דיין תגובה, אדער זיי מסביר איר אינהאלט פארן עולם וואס האט נישט 'יאנאש' אויף זייער גוגעל טאלק.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 2:37 pm
דורך סאכדעס
גרויזאמער שרייבט דא עטליכע קעפלעך וואס געוויסע פון קרעטשמע, האבן געהאט אויף זייער גוגל קאפ.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 2:49 pm
דורך בןהרחמן
סאכדעס האט געשריבן:גרויזאמער שרייבט דא עטליכע קעפלעך וואס געוויסע פון קרעטשמע, האבן געהאט אויף זייער גוגל קאפ.
וואס געוויסע האבן געהאט אדער וואס איינער האט געהאט אין געוויסע מצבים?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 2:52 pm
דורך סאכדעס
אלע דריי איז פון דריי באזונדערע מעמבערס.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 18, 2006 3:01 pm
דורך איך_הער
סאכדעס , לשיטתך וואלט עס בעני געדארפט פרעגן ביי , וואס א חילוק ווי , אבער נישט דא . ( נכתב לכבוד " הרואה " ס'איז נאר בדרך אגב )