בלאט 1 פון 1

הילף ביים אראפנעמען אידישע טעקסט פון אינטערנעט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 1:52 pm
דורך הרוצה בעילום שמו
ווייסט איינער וואס מען קען טוהען ביים אראפנעמען אידישע טעקסט פון אינטערנעט אז די אלע סימבאלס ווי למשל ? . , וכדומה זאל זיין אין אידישע פאנטס, נישט אויף ענגליש, וואס מאכט פילע פראבלעמן לכבוד דעים, ווי למשל מען קען עס נישט מאכן גראד פון ביידע זייטען, וכו' וכו'.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 3:02 pm
דורך אלץ-ווייסער
די איינציגסטע עצה איז קאנווערטן דעם גאנצן פייל
LOGICAL
נישט VISUAL
וועט די גאנצע פייל ווערן פון רעכטס אויף לינקס (אלע פאנטס)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 3:03 pm
דורך סאכדעס
לכאורה איז נישט דאס די פראבלעם פון עילום, כ'מיין אז ער רעדט פון עפעס אנדערש, קאפיר דא אריין דיין פראבלעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 09, 2007 5:11 pm
דורך קרעמער
אלץ-ווייסער;

ביטע זיי מסביר דיין תגובה. וויאזוי קאנווערט מען א פייל לאגיש און וויאזוי וויזיאליש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:01 am
דורך thefact
פארשטיין די שאלה איז די האלבע תירוץ

לכאורה מיינט עילום אז טייל קערעקטערס זענען שייך סיי פאר אידיש ווי אויך להבדיל ענגליש און ס'ווענט זיך ביים טייפן

למשל די (') סימבאל (סינגל קוואוט בלע"ז) איז אין אידיש ביי די W באטטען און ביי ענגליש איז עס לינקס פון די ענטער באטטען וואס די באטטען איז ביי אידיש די (,) סימבאל (קאממע בלע"ז) און בעת'ן אראפנעמען אידישע טעקסט פון אינטערנעט וועט ווינדאוס יר"ה קאנווערטען דעם סימבאל צו די ענגלישע טייפ וואס מאכט פילע פראבלעמן לכבוד דעים

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 10:56 am
דורך פאטאקי08
די שרייבסט ווינדאוס יר"ה און גראד דערנאך זיינע פעלערן

פארוואס נישט מעקענטאש יר"ה?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 10, 2007 3:03 pm
דורך אלץ-ווייסער
קרעמער
די גוטע קאנווערזשען פראגרעמס האבן אסאך אפציעס, וויאזוי צו קאנווערן וואס צו וואס.
איצט, אז די נעמסט דעם ASCII פייל פון ווינדאוס אדער HEBREW DOS
וועסטו האבן די אפשען צו זאגן וויאזוי ער זאל עס קאנווערטן, צי דורך LOGICAL אדער VISUAL

גיב ביטע א קליק דא אין עקספלארער, אויף די VIEW MENU
גיי צו ENCODING
קליק אויף MORE
וועסטו זען ISO LOGICAL און
ISO VISUAL

אויב די האסט דעם פראגראם DEGESH, קענסטו אלע ענגלישע קערעקטערס קאנווערטן צו א פיינעם אידישן קערקעטער.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 12:02 am
דורך שוועמל
איך האב ערפינדן א גאר גרינגען וועג צו קאפיען אידישע טעקסט ריכטיג.

קאפי און פעיסט אריין די גאנצע טעקסט אין א נאטפעד פייל, וועלן אוועקפאלן אלע קאודס אונטער דעם.
דערנאך קאפי נאכאמאל פון נאטפעד און פעיסט אריין אין ווארד וכדומה וועט אלעס אויסקומען נארמאל.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 21, 2008 1:02 pm
דורך פריץ
שוועמל האסט מיך אויסגעכאפט איך טוה אלעמאל דיין עצה
נאך פון ווען איך האב אראפגעקאפיעט נאטורליך'ס טאג בוך נאך פון היידפארק אריין אין א ווארד פייל האב איך שוין געניצט דיין עצה