הילף מיט מייקראסאפט אויטלאק (Outlook)

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג יולי 05, 2016 12:10 pm

@בלי לחץ, טשעק אז די פאלדער איז אנגעשטעלט זיך צו אפדעיטן

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 2:23 pm

איך האב אפגרעידעט צו אוטלוק 2016 (פון 2010), דער אויסזען איז עפעס אינגאנצן אנדערש. עס נעמט אריין די אלע פאלדערס וואס איך האב אמאל געמאכט אויף גימעיל. ווי אויך האב איך געהאט צרות יגון ואנחה ווען עס האט מיר געשיקט טויזנטער (וו) אימעיל פון די לעצטע פאר יאר. איך ווייס נישט פארוואס, איך האט געסעט אויף IMAP, נישט POP, אבער שוין.

מיין פראבלעם -
עס האט געמאכט צוויי קאפיעס פון מיין אימעיל אדרעס.
און טייל אימעילס געפונען זיך אין דעם פאלדער/אקאונט, טייל אין די צווייטע.
מיין פראבלעם איז א טאפלטע, ראשית וויאזוי לייג איך אלעס אריין אויף איין פלאץ.
ועוד והוא העיקר, וויאזוי ווער איך פטור פון דעם צווייטן געטאפלטן אקאונט.
ווער קען העלפן??
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:41 pm

ג'טראפען א געוואלדיגע - בחינם'דיגע - פראגראם וואס פארמעקט דאפלטע מעססעדזשעס.
איך לייג עס דא ארויף לתועלת הרבים.
http://www.reliefjet.com/Essentials/Fea ... tes?src=fw
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מוצ"ש נובעמבער 05, 2016 11:15 pm

איך קען נישט עפענען אאוטלוק
די קאמפיוטער הייסט מיך נוצן SCANPST.EXE
ווי טרעפ איך עס, און ווי אזוי נוצט מען דאס
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:01 am

scanpst.exe איז די אוטלוק ריפעיר טול.
ס'ליגט אין די פייל פון אפיס. א יעדע ווערסיע פון אפיס ליגט ערגעץ אנדערש.
קענסט פרובירן צו קוקן אין די פאלגענדע פלעצער:
C:\Program Files\Microsoft Office
אין די פאלדער פון מייראסאפט אפיס איז דא א פאלדער וואס הייסט office מיט נאך א נומער דערנאך. אין דעם פאלדער וועסטו עס האפענטליך טרעפן.
אויב זעהסטו נישט קיין פאלדער Microsoft Office אין די C:\Program Files פאלדער, דאן קוק אין (C:\Program Files (x86.

איינמאל דו טרעפסט דעם פייל, צינד עס אן און ראן די ריפעיר פאר די pst פייל. (נישט אייביג קען די טול פיקסן די געטראפענע פראבלעמען)

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:25 am

א גרויסן יישר כח, א ריכטיגן עין טובה
כ'האסב געטראפן די פייל
בעט ער מיך איך זאל
אריינלייגן די נאמען פון די פייל וואס איך וויל סקענען, איך ווייס נישט וואס אריינלייגן
יישר כח
אמונה בטחון גאולה

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:37 am

אויב איז עס געשען ווייל אוטלאוק האט זיך אויסגעלאשען פלוצלינג וכו' דעמאלטס קענסטו עס טרייען צו טוהון אבער טאמער איז דא א ערענסטערע פראבלעם למשל הארד דרייוו און די האסט נישט א אנדערע פלאץ די אימעיל דעמלטס טוה עס נישט

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג נובעמבער 06, 2016 10:48 am

עס איז לכאורה נישט קיין הארד דרייו פראבלעם
אבער איך ווייס נישט וועלכע פייל אריינלייגן
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » זונטאג נובעמבער 06, 2016 12:32 pm

די דיפאלט איז גוט געווענליך.
אז נישט פרוביר
c:\users\%username%\appdata\local\microsoft\outlook

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » זונטאג נובעמבער 06, 2016 12:49 pm

עס קומט נישט קיין דיפאלט
און איך קען נישט טרעפן די פייל, די פאולדער מיקרוסופט האט נישט אין זיך א פייל אאוטלוק
עין טובה
אמונה בטחון גאולה

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג נובעמבער 06, 2016 5:48 pm

אין קאונטראל פענעל איז דא א עפלעט וואס הייסט מעיל אויב דו זעהסט עס נישט טויש אויבען ביי די רעכטע זייט צו איינע פון די אייקון וויוס אדער מאך א סירטש ווען דו עפענסט דעי מעיל וועסט זעהן א אפשען דעיטע פיילס דארט איז געליסטעד אלע דיינע פיילס און די לאוקעישענס

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 4:06 pm

משנה, יישר כח פאר דיין נוצליכע טיפ. פונקט היינט געהאט דעם פראבלעם מיט איינע פון די קומפיוטערס האב איך גראד געקענט טרעפן די דאטא פייל! (אגב. יהי' איז שוין מסודר).
---
היינט האב איך ב"ה מסדר געווען אן אנדערע פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין א שטיק צייט, והוא: אוטלוק ברענגט נישט אריין קיין נאוטיפיקעישענס.
וועלכע פרעגסטו?

וואס הייסט וועלכע? די דארט אונטן, ווען א נייע מעסעדזש קומט אריין. כאפסט פון וועלכע יאך רעד? עניוועי, אויפן ראט פון ק"י ז"ל (וואונדערסט דיך וואס ק"י מיינט, הא? מוטשע דיך אין פיגיר עס אויס! עניוועי, האב איך אויפן ראט פון ק"י נמבג"נ {=זיין וואוילע נשמה איז באהאלטן}) געמאכט א "רול" אין אוטלוק וואס גיבט מיר אלערטס!! אזוי פשוט... אבער אז מ'טראכט נישט קען מען נישט!!
טענקס קנאפער.

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 4:50 pm

מייו אימעל איז האסטעד דורך Microsoft Hosted Exchange;
איך האב דעלעגעטעד אז איך זאל קענען ליינען/שיקן דרוך עטליכע פאלדערס/אדרעסן;

מיין פראבלעם איז, ווען איך וויל סוירטשען פאר אן אימעיל אין איינע פון די פאלדערס, אויסער די פריימערי, ווערט אוטלאק געפרוירן.
עני איידיע?
דאנקע שיינע
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:10 pm

מאך צו אוטלוק, דרוק דעם סטארט מעניו און טייפ outlook.exe /safe און דרוק ענטער.
זעה צו די פראבלעם געשעהט נאכאלס.

וועלכע ווערסיע פון אוטלוק און אויף וועלכע פלאטפארמע ווינדאוס [7, 8.1 אדער 10]

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:54 pm

ווייטער געשען.
איך ניץ אוטלוק 2016, ווינדאוס 10
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 6:03 pm

פרוביר א נייע פראופייל.
זעה http://answers.microsoft.com/en-us/msof ... ba0136f09a

אוועטאר
נערישער אינגרמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2016 11:11 am

תגובהדורך נערישער אינגרמאן » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 6:17 pm

ישר כח פארן צוברענגען,
כ'האב דיעבלד די עד אינ'ס און ס'סירטשט פיין.
I'll take it from there to see which one is the trouble maker.
איוולת אדם תסלף דרכו ועל ה יזעף לבו (משלי י"ט ג')

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3699
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 10:37 pm

זייער גוט. ש'כח פאר די אפדעיט.
סעיף מאוד (די קאממענד מיט וואס דו האסט פריער געעפענט אוטלוק) דארף אויך טעכנישט דיסעיבלן די עדד אינס. זעהט אויס אז עפעס איז נאך געהאנגן. פרוביר די פראגראמען וואס דו האסט לעצטנס צוגעלייגט.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 10:58 am

די ווייא (VIEW) פון מיין אוטלוק האט זיך געטוישט פון איין מינוט אויף די צווייטע,
איך מין אז איך האב בטעות עפעס געדריקט, אבעראיך קען נישט כאפן וואס איז Wראנג,

אזוי זעט אויס מיין אוטלוק אויף מיין אנדערע קאמפיוטער,
און פונקט אזוי האט מיינס אויסגעזעהן ביז יעצט:
Good.jpg


און אזוי זעט ער יעצט אויס:
Not good.jpg


וויאזוי טויש איך אים צוריק?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 9:42 am

משיח האט געשריבן:די ווייא (VIEW) פון מיין אוטלוק האט זיך געטוישט פון איין מינוט אויף די צווייטע,
איך מין אז איך האב בטעות עפעס געדריקט, אבעראיך קען נישט כאפן וואס איז Wראנג,

וויאזוי טויש איך אים צוריק?


עני העלפ???
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 9:44 am

דאס העלפט דיר?

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 10:50 am

שכוח מומחה, ס'האט מיר נישט געהאלפן אבער,

כ'האב מיר ארומגעשפיט אביסל אויף מיינע סעטינגס און אויף מיין צווייטע קאמפיוטער'ס סעטינגס צו זעהן די חילוק,
האב איך באלד געזעהן אז ביידע באקומען אנדערע אפציעס,
זעה דא:
די אויבערשטע איז מיין צווייטע קאמפיוטער, און די אינטערע איז מיין קאמפיוטער,
Out.jpg

און ס'איז זייער מעגליך אז דא ליגט די פראבלעם,
ווייל ווען איך האב געקליקט ביי די צווייטע קאמפיוטער אויף איינע פון די אנדערע אפציעס האב איך באקומען בערך די זעלבע אויסשטעל ווי ביי מיר יעצט,
די פראבלעם איז אבער אז איך נישט די אפציע וואס ער האט,
וואס איז פשט?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
יוד אלף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 10:59 am

לויט די ערשטע בילדער קוקט אויס ווי עס איז נישט א טשענטש אין די ויא
לייג דיין קורסער ביים וואנט צווישן די צוויי אפטיילינגען ביז די פוינטער טוישט זיך צו אזא + ציער
שלעפ עס צו לינקס ביז עס ווערט צוריק ווי פריער

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 11:54 am

יוד אלף האט געשריבן:לויט די ערשטע בילדער קוקט אויס ווי עס איז נישט א טשענטש אין די ויא
לייג דיין קורסער ביים וואנט צווישן די צוויי אפטיילינגען ביז די פוינטער טוישט זיך צו אזא + ציער
שלעפ עס צו לינקס ביז עס ווערט צוריק ווי פריער

פרובירט און ער ווערט נאר צוזאמגעפרעסט, ס'טוישט זיך נישט,




ביי דיפאלט לייגט אוטלאק אין איין שורה פון וועם ס'קומט די אימעיל און אויב ה'האט אן איטעטשמענט,
די צווייטע שורה איז סאבדזעקט, און די דאטום,
און דאן 1 2 אדער 3 שורות פון די תוכן המעסידז,

אויף מיין קאמפיוטער איז צוגעקומען א שורה אויבן וואס שטייט אז אלעס גייט אין די ערשטע שורה, און איך קען ארום ריקען ווי זאל שטיין וואס, און וואס ס'זאל בכלל נישט שטיין וכו',
און חוץ דעם האט זיך פאנט און סייז וכו' געטוישט.

איז דא א וועג צוריקצו ריקן צו דיפאלט?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 11:02 pm

קען זיין אז די אימעיל אקאונטס זענען אנדערע סארטן אדער אנדערש אויפגעסעט און וועגן דעם באקומען זיי אנדערע אפציעס, דאס מוז מען אליין זעהן צו קענען געהעריג צוריקשטעלן.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט