בענאק האט געשריבן:איך האב א פראבלעם ביי אוטלאאק, אז יעדע מאל איך שיק א פייל גרעסער ווי 5.5MB בלייבט ער איבער אין די אוטבאקס און עס שיקט זיך איבער נאכאמאל און נאכאמאל,
אויסמעקן איז א איינמאליגע עצה, אבער דער פראבלעם איז אז נאכדעם בלייבט עס נישט אין די SENT פאלדער, אויך אז איך דארף למעשה געדענקן צוריק צוקומען אפאר מינוט שפעטער און עס אויסמעקן, אז נישט באקומט עס יענער זיבעציג מאל
וואס קען מען טוהן?
(איך מיין מען האט שוין ערגעץ גערעדט פון די פראבלעם אבער אן ערפאלג)
צוויי עצות געדענק איך דערפאר.
מאך גרעסער דער 'סערווער טיימאוט' צייט. גיי אריין צו 'אקאונט סעטטינגס', דריק אויף דער אימעיל אדרעס גיי צו 'מאאר סעטטינגס' און דארט צום 'עדווענסט' טעב. דארט קוק פאר "Server Timeouts" און רוק דער רוקערל צו דאפעלט פון וואס עס יעצט. מעלד גוטע בשורות...
אויב דאס גייט נישט טשעק אויב דיין אנטי וויירוס סקענט אויכעט די אימעילס פאר וויירוסען, אויב יא לעש אויס דער פיטשער.