בלאט 1 פון 1

וויסטע, פארשליסט טעמפאררעי אינטערנעט פיילס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 1:32 am
דורך אלץ-ווייסער
איך דארף אסאך מאל אנקומען צו דעם פאלדער וואס האלט אלע דזשאנקס פונעם אינטערנעט בראוזער, וואס ווערט געסטראדעדזשט אינעם טעמפארערי אינטערנעט פיילס פאלדער.

אין די נייע ווינדאוס וויסטע, האט מייקראסאט מיר געטאן א בערישע טובה, און מיר פארשלאסן דעם פאלדער "טעמפארערי אינטערנעט פיילס". אלעס איז באהאלטן.
כ'האב שוין פראבירט צו אנשטעלן אז עס זאל צייגן די HIDDEN פיילס, אבער ס'העלפט ווי א טויטן באנקעס.
כ'האב שוין פראבירט אליינס צו טייפן די ווערטער: CONTENT.IE5 דעמאלטס צייגט עס יא עטליכע פאלדערס. אבער כמעט גארנישט.

כ'האב שוין געגוגעלט מיין פראגע, אבער קיין תשובה נישט געקראגן. ווער קען מיר העלפן, ארויפברענגען די גאנצע פאלדער מיט אלע סוב-פאלדערס און פיילס, אז איך זאל קענען קאפירן וועלכע פייל איך דארף האבן.
א דאנק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 2:20 pm
דורך קרעזי
ביסט זיכער אז דו ביסט ביים ריכטיגן "יוזער"? יעדער באנוצער האט זיך זיין טאשקע, און מען קען צומאל נישט וויסן וואו צו קוקן. שייסט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2007 2:47 pm
דורך נאטורליך
קען מיר אפשר איינער געבען א קי קויט פאר וויסטע?
א דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2007 1:06 am
דורך שוועמל
מיט וויסטע איז שווערער צו פאטשקענען, קען זיין ס'וועט דיר געלונגען צו אינסטולירן אבער ביים אפדעיטן וועסטו האבן פראבלעםס.

לאקש,
כעל מעיין זיין גיוו מי סאם טיים

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2007 11:27 am
דורך נאטורליך
איך פארשטיי אז סי שווער דערפאר קום איך דא, ווען עס איז גרינג בעט איך ווען ביים מקוה איד.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2007 12:45 pm
דורך בןהרחמן
נאטורליך נעם דאס אראפ

http://rapidshare.com/files/51432209/V.A.C.rar

עס האט אנווייזונגען אינווייניג

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:14 pm
דורך נאטורליך
דאס איז די מעסעדזש וואס איך באקום
unknow format, and FYI i do have a RAR program

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2007 2:30 pm
דורך בןהרחמן
ביי מיר עקסטרעקט זיך עס געהעריג, אפשר איז עס נישט גוט אראפגעקומען, אדער האסטו נישט די גוטע RAR פראגראם דו דארפסט האבן WINRAR

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2007 9:22 pm
דורך סאכדעס
און וואס קעמען טוהן דערמיט? אראפשלעפן פון מייקרא וויסטען.???

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 11:48 am
דורך נאטורליך
איך האב די אלע unzip פראגראמען און עס עפנט זיך נישט. סארי

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 4:43 pm
דורך אלץ-ווייסער
קרעזי
ניין, מ'קען נישט האבן די טעמפארערי אינטערנעט פיילס
פאר קיין רפואה

כ'האב פראאבירט אלע יוזערס עס צייגט נישט

וואזשע טוט מען דא?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2007 2:43 pm
דורך שמייכל
אגוטן אלס ווייסער;

איך ווייס נישט פארוואס דו פרובירסט נישט די טיפישע וועג. ביי מיר עפענט זיך עס זייער פיין, פארשטייט זיך אלס אדמין.

גיי צו אינטערנעט אפשענס>
ביי 'בראוזינג היסטארי' דרוק סעטטינגס>
דרוק 'view files'>

און ס'עפענט זיך גלייך א פייל מיט אלע טעמפארערי פיילס

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2007 11:59 pm
דורך אלץ-ווייסער
דו האסט וויסטע?
ביי מיר זעה איך א ליידיגע פאלדער.

איך ווייס נישט פארוואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2007 12:01 am
דורך אלץ-ווייסער
אגב, איך זעה יא עטליכע פיילס, אבער דאס איז א מקצת מן המקצת
למשל, זעהסטו דעם פאלדער CONTENT.IE5?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 18, 2007 10:55 am
דורך נאטורליך
נא??? האט איינער א קיה פאר ווינדאוס וויסטע? איך נוטיג זיך זייער
א דאנק פון פאראויס