בלאט 1 פון 1

פרינטן דורך אינטערנעט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 7:49 pm
דורך שוועמל
איך מאך א טיילמאל אביסל בוקיפינג פון דערהיים, אבער איך וויל עס פרינטן פון די פרינטער אין אפיס.

איז דא א וועג איך זאל עס קענען באווייזן אן דארפן אריבערטראגן די קאמפיוטער אהין און איינשטעקן דעם פרינטער דערינען?

דורך אימעיל?
דורך לאג-מי-אין?
דורך א דריטע-פארטי? (ביי די 'דריטע' האלט מען שוין?! האועבאוד א טיי-אווענט?)


לאג-מי-אין טויג נישט אינגאנצן פאר מיר, ווייל אינעם אפיס קאמפיוטער האב איךנישט אלע פראגראמען אויף וואס איך דארף האבן צום פרינטן. ווידעראום צו פרינטן פון מיין היים קאמפ ווען איך דרוק 'פרינט' און סזאל ארויסקומען אינעם אפיס פרינטער איזנישט מעגליך מיין איך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 8:06 pm
דורך יאנאש
קויף דיר א קליין (אדער א גרויסע) מעמערי קארטל.

איבער לאג-מי-אין, מיין איך אז דו קענסט טון פארקערט, גרייט אלעס אן אויף דיין קאמפיוטער אינדערהיים, און ווען דו קומסט אן אין אפיס לאג דיך אן צום היים קאמפיוטער און פרינט עס ארויס אין אפיס.
איך ווייס נישט אויב אויף די אומזינסטע לאג מי אין קען מען עס טון, אבער אויף די באצאלטע קען מען זיכער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 12:33 am
דורך מאשקע
דורך רימאוט דעסקטאפ קען מען עס יא טון.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 1:19 am
דורך קרעזי
פטריות,

פרוביר דאס: http://www.printeranywhere.com/index.sdf

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 10:02 am
דורך לחיים ולברכה
שוועמל, איך פלעג נוצן רימאוט דעסקטאפ און נישט אלע פרינטערס האבן זיך ארויסגעשטעלט זייענדיג גרייט צו מיטארבייטן מיט מיר.
וואס האבעך געטוהן? כ'האב געסעיווט די פייל אלץ פי.די.עף. אויף די קאמפיוטער ביי מיר אינדערהיים, און דאס אריבערגעפירט אהין צו מיין קאמפיוטער אין אפיס, און דערנאך ארויסגעפרינט די פי די עף פונעם אפיס קאמפיוטער צום אפיס פרינטער, און שוין...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2007 12:19 pm
דורך קרעזי
לויט וויפיל איך קען ערעב שוועמל, מיין איך אז ער קען די אלע עצות, אבער נישט דאס זוכט ער.

פטריות,

איך בין נייגעריג צו וויסן צו דער לינק וואס איך האב היער געבראכט האט געהאלפן. דאנקע שעין.