בלאט 1 פון 1
וועב עקסעלערעיטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 11:59 pm
דורך ירא שמים
בס"ד
לכבוד חברי הקרעטשמע אחדשה"ט באה"ר
ווייסט איינער צי דאס
http://webaccelerator.google.com/
איז עפעס ווערד צי עס טוט עפעס אויף
יישר כוח למפרע
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 12:01 am
דורך קרעמער
שוועמל האלט אז נישט (כך שמעתי מפה קדשו תחת אחד השיחים)
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 12:10 am
דורך בןהרחמן
איך האב שוין אמאהל פרובירט עפעס עקסעלערטארס איך מיין אז די אלע זאכן טוען כמעט גארנישט אויף
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 1:17 am
דורך מאשקע
נישט "כמעט" גארנישט, נאר ממש גארנישט. כ'האב שוין פרובירט מער ווי איינס.
די מעשה איז אבער, אז דא האנדלט זיך מיט גוגעל יר"ה, אויף וועמען די חכמים זאגן שוין אין אן אנדערן אשכול אז חזקה על גוגעל וכו'. וועט מען עס דארפן גרונטליך אויספארשן.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 1:35 am
דורך קרעזי
די מעשה מיט די וועב עקסעלערעיטערס איז אז זיי מאכן נישט שנעלער דעם וועב, נאר זיי נעמען אראפ געוויסע בלעטלעך נאך איידער איהר קומט אן דערצו. למשל, אויב איך גיי צו היימישעקרעטשמע.קאם וועט דער פראגראם גלייך אנהויבן אראפלאדענען דעם בלאט פונעם שפראך געהענגל (למשל!) פאר די וואס האבן שנעלע אינטערנעט מאכט דאס נישט קיין סאך אויס, און ס'קען צומאל נאר שטייטער מאכן דעם קאמפיוטער, וויבאלד דאס פארלאנגט נאך א פראגראם צו לויפן אינעם הינטערגרונט און נעמט אויך נאך קוועלער וכו'.
אויך טוט דער פראגראם נעמען אסאך זאכן פון די גוגל סערווערס און ניט פונעם סייט זעלבסט, אויב ער זעהט אז ער האט דעם בלאט אין זיינע ארכיוון און עס איז ניט געביטן געווארן זינט דאן.
איך פלעג עס נוצן א שטיקל צייט, אבער איך וועל אייך זאגן דעם אמת אז איך האב נישט געזעהן קיין גרויסע דיפערענץ.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2007 9:46 am
דורך יאנאש
Sorry for my english, I'm on vacation
I tried it, and besides not helping anywhere at all, it made me truble logging in to the Kretchme, it wont let me sign in, it toke me a couple of days to find out what the reason is, and thanks to Arendar, we figure it out