בלאט 4 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:26 pm
דורך האניג
לאמיר דא אריינמישן מיט א צווייטען נושא בנוגע טאלק.

ס'שרויפט מיר די נערווען, עס פלאצט מיינע געדערן, ס'רירט מיר פון זינען.

זייער אפט ווען איך טשעט מיט איינעם אדער א צווייטען אינ'ם אידישען שפראך מיט אידישע אותיות, מיט א אידישע חן, פון א אידישע שטאנדפונקט, מיט אידישע רעיונות (נישט אום ניטל גערעדט). פלוצלינג קומט דער שטן ומשטין און צושמעטערט אלעס אויף פיצלעך, בום! כ'קען שוין נישט שרייבען קיין אידיש, פון דא און ווייטער גייט בלויז ענגליש! מ'קען זיך שטעלן אויפ'ן קול, גארנישט, איין קויל ואין שונא. א פארגאנגענהייט, דאס טייער אידיש שפראך פון אונזערע זיידעס, באבעס און שול גוים האט זיך האסטיג אפגעשטעלט! ניטאמאל קיין היברעיש קען מען שרייבן! (אין יעדער שווערע סטיטוציע דארף מען אייביג טרעפן עפעס גוטס אויך...). יא, דא קען איך שרייבען אידיש, איבעראל אינ'ם קאמפיוטער קען איך שרייבען אידיש, בכלל אין גאנץ וויליאמסבורג קען איך שרייבען אידיש, אבער אויף טאלק ניין! להבדיל בין האידיש להטאלק רח"ל! דער רוסעשע איד אנעם קאפל אין גוגל האלט ביי גארנישט! הוי, אידיש! אידיש! מה תהא עליך!

אקיציל א נאסע: האט נאך איינער דער פראבלעם? אויב יא, האסט אפשר א מעגליכער לייזונג? אויב נישט, זאלסטו שרייבען און שרייבען אידיש אויף טאלק אן אויפהער א גאנצן טאג, ווייל דו ווייסט נישט וויאזוי נעבעך אונז מאכן מיט, דו נעמסט עדווענטעדזש, און בכלל, דאנק דעם אויבערשטען אז דו פארשטייסט בכלל אידיש, והבדלנו מן התועים.

זיי מיר געזונט tui aytre.

!Oops! English again

דזאסט קידדינג, דא איז אלעס גוט.

ביי ביי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:36 pm
דורך למעלה משבעים
קומענדיגע מאל פראביר צו דריקן די רעכטן ctrl shift, און זע אויב עס טוישט זיך צוריק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:40 pm
דורך האניג
נאופ, גארנישט טוישט זיך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:43 pm
דורך leiby
איין זאך קען איך דיר זאגן ביסט נישט די איינציגסטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 2:45 pm
דורך moshele11211
פונקטליך האט געשריבן:ווי איך פארשטיי מיינט ער די ג'ימעיל בילד אונטן פונעם טאלק קעסטל

כזה
16646_4.jpg

יא יא דאס מיין איך

קען איינער עפעס העלפן דא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:35 pm
דורך סאדע_באטל
leiby האט געשריבן:איין זאך קען איך דיר זאגן ביסט נישט די איינציגסטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 06, 2011 4:51 pm
דורך האניג
עטס ביידע האטס אויך מיין פראבלעם?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 1:37 pm
דורך האניג
וועלכער ווינדאוס האט עטס?

נאך צוויי פראבלעמען מיט טאלק: א) ער געדענקט נישט וועלכער פראגראם איך האב גע'ארבעט איידער דער טאלק איז ארויפגעשפרינגען, איז ווען כ'מאך עס צו דורך Esc, שפרונגט ער צו עני רענדאם וונידאו וואס איז אפן פון אונטען. ב) כ'האלט אינמיטן שרייבען ערגעץ וואו ווען ער שפרונגט ארויף מיט א הודעה, נעם איך זיך פלוצלינג אומווילענדיג אריינשרייבען ביי אים! צייטן וואס מערק ניטאמאל אז כ'שרייב דארט (כ'קוק אויף א פאפיער אין דער זייט, למשל) כ'מאך ענטער, נעקסט פערערגרעף, טייפ עטליכע זאצן, ענטער, נעקסט פערעגרעף, ביז כ'כאפ מיר אז דאס אלעס איז געגאגען צום חברה מאן אויפ'ן אנדערן זייט, וואס מיינט נעבעך כ'בין אראפ פון לבנה, ער פרעגט מיר א שאלה וועגן איליסטרעיטאר, און כ'ענטעפר אים א גאנצע דרשה וועגן שובבי"ם ת"ת...

אזלא גרש.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 11, 2011 7:20 pm
דורך moshele11211
האניג, גוט טא סי יא..........כ'מיין מ'קען עס לייגן ביי דורכפעלער, אבער ווען דו נער וואלט נישט מיינס געווען וואלט איך אויך געלאכט, איך האב פונקט אזוי די זעלבע פראבלעם איינער קען דו ארויסהעלפן ביטע .?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 10:59 am
דורך האניג
כ'האב געשריבען דריי, האסט אלע דריי פראבלעמען אויך?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 11:23 am
דורך moshele11211
ניין, נאר ב', מ'טרעפט זיך שרייבן פאר יענעם

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:42 pm
דורך האניג
יאפ, געפערליך!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 17, 2011 4:13 pm
דורך thefact
איין עצה (אויך מיר א עצה...) מזאל דריקן "דיסעבל אלל נאטיפיקעשאנ'ס" וועט ער כאטש נישט ארויפטאנצן

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 23, 2011 4:20 pm
דורך jkup50
קען מען שיקן א טעקס צי א גאגעל נאם פון א אימעל?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 1:13 pm
דורך thefact
jkup50 האט געשריבן:קען מען שיקן א טעקס צי א גאגעל נאם פון א אימעל?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 1:43 pm
דורך פאטאקי08
jkup50 האט געשריבן:קען מען שיקן א טעקס צי א גאגעל נאם פון א אימעל?


מדארף עס ענעבלען ביי לעבס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 26, 2011 1:47 pm
דורך פאטאקי08
Initially, you're granted a quota of fifty messages.
Every time you send a message, your quota decreases by one.
Every time you receive an SMS message in Chat (for example when a phone user replies to one of your messages) your quota increases by five, up to a maximum of 50.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 7:59 am
דורך צים פינטעל
האניג האט געשריבן:לאמיר דא אריינמישן מיט א צווייטען נושא בנוגע טאלק.

ס'שרויפט מיר די נערווען, עס פלאצט מיינע געדערן, ס'רירט מיר פון זינען.

זייער אפט ווען איך טשעט מיט איינעם אדער א צווייטען אינ'ם אידישען שפראך מיט אידישע אותיות, מיט א אידישע חן, פון א אידישע שטאנדפונקט, מיט אידישע רעיונות (נישט אום ניטל גערעדט). פלוצלינג קומט דער שטן ומשטין און צושמעטערט אלעס אויף פיצלעך, בום! כ'קען שוין נישט שרייבען קיין אידיש, פון דא און ווייטער גייט בלויז ענגליש! מ'קען זיך שטעלן אויפ'ן קול, גארנישט, איין קויל ואין שונא. א
ביי ביי.


איך האב געהאט אמאל די פראבלעים, האבעך ריסטארטעט די קאמפיוטער, און איך בין געהאלפן געווארן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 12:28 pm
דורך האניג
איך האב אייביג דער פראבלעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 27, 2011 2:57 pm
דורך צים פינטעל
איך האב א צוייטער פראבלעים מיט גוגל טאלק (ווי אלע מיינע קאנטעקס ווייסן דערפון)
אז איך קען נישט שיקן קיין פייילס ד.מ. עס שיקט זיך אבער עס הייבט זיך אן און עס ריקט זיך נישט
אריין קומען איז עס א מחי' אבער ארויס גייט עס בשום אופן נישט
האט איינער אנ'עצה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 30, 2011 4:38 pm
דורך jkup50
פאטאקי08 האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:קען מען שיקן א טעקס צי א גאגעל נאם פון א אימעל?


מדארף עס ענעבלען ביי לעבס

און וואס דארף מען אריין לייגן @?????????????

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 17, 2011 11:08 am
דורך פארצייטישע
ווייסט איינער ווי אזוי מ'סעט אויף אזא גוגל אקאונט אזוי ווי אידיש-טעק, וואס זאל אטאמאטיש ענטפערן אויף שאלות

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 18, 2011 2:11 am
דורך האניג
אפאר שקצים אין כינע...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 23, 2011 6:10 am
דורך פארצייטישע
האניג האט געשריבן:אפאר שקצים אין כינע...


:lol: :lol:

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 5:27 pm
דורך jkup50
אויפריכטיג האט געשריבן:איז מעגליך צו האבן אפן צוויי אקאונטס פון גוגל טאלק אויף איין קאמפיוטער אין די זעלבע צייט?
אויב יא וויאזוי?