בלאט 2 פון 7
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 9:02 am
דורך מאשקע
כאילו ס'איז דא ערגעץ וואו מ'קען טשעקן וועלכע ווערסיע מ'האט...
אדרבה, אז דו ווייסט, לאמיך וויסן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 9:05 am
דורך מאשקע
אקעי, כ'שוין געטראפן.
כ'פארמאג ווערסיע 1.0.0.104
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2007 9:22 am
דורך מאשקע
כ'האב פריש געדאונלאוד דעם פראגראם, און ס'שטעלט זיך ארויס אז דער ווערסיע איז דער לעצטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:13 pm
דורך סאכדעס
בןהרחמן האט געשריבן:נאך א זאך וואס איך בין פריערט געוואויר געווארן (קען זיין דער עולם ווייס שוין) ביז היינט האב איך געוואוסט אז דזשעינעט לאזט נישט אדורך גוגעל טאלק ווען איך האב פרובירט אויף IE אויפן בלעטל פון גימעיל, היינט איז מיר איינגעפאלן אראפצונעמען דעם פראגראם און אינסטאלירן עקסטער אפשר וועט עס יא גיין, וכך הוה איך האב מיר איינגעהאנדלט דעם פראגראם (אויפן היימזייטל פון טאלק לאזט דזשעי-נעט אויך נישט אריין אבער איך האב עס אראפגענומען פון ערגעץ אנדערש) און אינסטאלירט און יאללא עס ארבעט און איך האב תיכף געכאפט א שטיקל שמועס'ל מיט קרעמער באטשי.
וואס וויל איך ענק דא זאגן .......... פשוט אז מען מען יא קען נוצען גוגעל טאלק אפילו מען האט דזשעי-נעט'ס סערוויס
איך האב אראפגערוקט פון
www.download.com אבער כ'קען נישט אריינסיינען, עס לאזט מיר נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 4:39 pm
דורך Jewboy
נייע גוגל טאלק אויסשטעלונג.
דא אונטן איז אויך דא די קאלער'ס אזוי ווי די ווארט טאלק.
די מעסדזשעס פון יעדן איז לויט זיין מצב.
די נאמבער נעבן די ענוועלאפ איז די זעלבע קאלער, אזוי אויך נעבן די טלפון.
און צו לעצט דאס האט שוין נישט מיט גוגל, 8 פנים'ער איז דא אויפן בילד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 6:41 pm
דורך קרעמער
איך כאפ נישט די חידושים דא.
ביי מיר זעהט אלעס אויס אזוי שוין צוויי יאר בערך.
ביטע ערקלערן.
(דו מיינסט אז די גרינע אוועיליבל מענטשן'ס מעסעדזש איז מיט גרינע אותיות, די רויטע רויט און די מאראנצן מאראנץ? אה, יעצט כאפ איך).
וויאזוי לאדענט מען דאס אראפ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 01, 2007 7:55 pm
דורך פאטאקי08
גיב א רייט קליק אויף די גוגל טאלק באבעל לעבן די זייגער און קנאק אראפ "טשעק פאר אפדעיטס נאו"
ביי מיר גייט עס נישט ווייל דזשעי נעט יר"ה לאזט מיר נישט
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 02, 2007 1:32 am
דורך קרעמער
יישר כח. (ביי מיר גייט עס אבער אויך נישט ווי געהעריג)
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2007 10:49 am
דורך פאטאקי08
לכבוד גערטען ראשקול יגר'ל יר"ה
שטעל איך ארויס די שורה:
איך וויל וויסן וואו עס גוגל טאלק לייגט אוועק די פיקטשערס וואס מען לייגט אריין
דהיינו אויב איך האב מיך סעלעקטעד א בילד און דערנאך עס אויגעמעקט פון קאמפיוטער וועט אין גוגל טאלק עס ווייטער בלייבען וויל איך וויסען צו איך קען עס אפירקראצען פון דארט
איך האב עס שוין געטרייעט אויפצוזיכען ביי לאקעל סעטינגס דערווייל אן ערפאלג
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 7:23 pm
דורך איך_הער
איך געדענק נישט, צו מ'האט שוין איינמאל גערעדט דערפון, איך וויל וויסן צו מ'קען האבן גוגל טאלק, אויף א סעלפאן.
איך האבעס פראבירט צו דאונלאודן, אויפן פאן, און ס'קומט ארויף א מעסעדזש, אז ס'ארבעט נישט מאביל, ווילעך וויסן צו איינער ווייסט אנדערש.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2007 8:04 pm
דורך מאשקע
אויף א טעלעפאן וואס האט java און איז נישט פון ווערייזאן, קען מען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 1:51 pm
דורך קרעמער
בןהרחמן האט געשריבן:נאך א זאך וואס איך בין פריערט געוואויר געווארן (קען זיין דער עולם ווייס שוין) ביז היינט האב איך געוואוסט אז דזשעינעט לאזט נישט אדורך גוגעל טאלק ווען איך האב פרובירט אויף IE אויפן בלעטל פון גימעיל, היינט איז מיר איינגעפאלן אראפצונעמען דעם פראגראם און אינסטאלירן עקסטער אפשר וועט עס יא גיין, וכך הוה איך האב מיר איינגעהאנדלט דעם פראגראם (אויפן היימזייטל פון טאלק לאזט דזשעי-נעט אויך נישט אריין אבער איך האב עס אראפגענומען פון ערגעץ אנדערש) און אינסטאלירט און יאללא עס ארבעט און איך האב תיכף געכאפט א שטיקל שמועס'ל מיט קרעמער באטשי.
וואס וויל איך ענק דא זאגן .......... פשוט אז מען מען יא קען נוצען גוגעל טאלק אפילו מען האט דזשעי-נעט'ס סערוויס
איך ברענג אראפ די רייד פון אונזער פריינט ר' בן-הרחמן, צוליב דעם וואס איך האב פרובירט אנצו'שדכנ'ען פאר א פריינט גוגעל-טאלק, אבער יענער פארמאגט דזשעי-נעט און קען נישט צוקומען דערצו.
איך האב אים צוגעצייכנט די לינק פון רעפידשעיר וואס בן-הרחמן האט צוגעשטעלט אין דעם אשכול, אבער ער זאגט אז יענע פראגראם עפנט זיך אים אויף מיט ווינדאוס מידיע פלעיער.
ביטע, ווער עס קען ארויסהעלפן א איד מיט דזשעינעט וואס וויל הנאה האבן פון די געשמאקע גוגעל-טאלק, שרייבט דא וואס פונקטליך ער האט צוטאן. יישר כח.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 4:39 pm
דורך 3x0
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2008 7:14 pm
דורך קרעמער
ער האט זיך שוין ב"ה אליינס אן עצה געגעבן, באנוצנדיג זיך מיטן מאמר חז"ל אם אין אני לי מי לי.
יישר כח טריאו עניוועי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 10:48 am
דורך זיידעניו
א גוט מארגן געלא
יא יעצט קום כ'אן דא מיט הילף פון דער פון אויבן און מיט די השתדלות פון הרב לאשקן ברעט האביך נעכטן באקומען דעם גאגל טאלק (יא מען קען זין גאגאלן פאר געלעכטער ווען ס'רעדט)
בקיצעל כ'האב געטרייט אריינצוסיינען מיט צוויי יוזער נעים'ס און ער לאזט נישט
און כ'האב געטרייט צו לייגן א קאפי פון די פייל און ער לאזט אויכעט נישט קיין חאראקטער אווי דאס \
ובכן ווער עס קען מיר געבן אנייצע וועל איך טאנק באר זאן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 8:52 pm
דורך קרעמער
פרישע שאלה אין גוגעל-טאלק:
גרינדנדיג מיין נייעם "קרעמער-טאלק" אקאונט, האב איך באמערקט אז איך באקום אויך מעסעדזשעס וואס ווערן מיר געשריבן זייענדיג "אפפליין". וויאזוי קען איך אנשטעלן אז אויך מיין אנדערע גוגעל-טאלק אקאונט זאל איך קענען ליינען אלע "אפפליין" מעסעדזשעס וואס מען שיקט מיר?
איך האב אדורכגעקוקט אלע אפציעס ביי "סעטינגס" און נישט געפונען. הילף געזוכט!
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 02, 2009 10:36 pm
דורך thefact
קרעמער
מ'דארף אנצינדן די פיטשער פון "סעיוו טשעט היסטארי"
> גיי צו סעטינגס אויף סיי וועלכע דזשימעיל פעידזש
> דריק אויף די טשעט טעב
> וועל אויס 'Save chat history in my Gmail account'
> דריק סעיוו טשענדזשעס
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 6:18 am
דורך קרעמער
זאגסטו אז דאס גייט אינאיינעם מיט סעיוו טשעט היסטארי, און אויב איך האלט נישט ביים סעיוון די טשעטס, קען איך פארגעסן פון באקומען מעסעדזשעס זייענדיג אפפליין.
יישר כח פאר די אינפארמאציע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 2:22 pm
דורך thefact
רב קרעמער
אויב איינער וויל נישט ס'זאל בלייבן קיין זכרון פון זיינע שמועסן (ער וויל נישט אז מ'זאל דריקן זיינע שמועסן משלחן קדשינו..) איז כדי צו וויסן אז אפילו איר סעיווט נישט די טשעט היסטערי איז נאך אלץ דא די פאסעבילעטי אז יענער זאל יא סעיווען חוץ אויב איר וועלט אויס די אפשען פון "גאו אף די רעקארד" (און דעמאלטס קען דער צווייטער זייט פון די שמועס נאך אלס זיין א חי' און דרוקן קאפי פעיסט אדער פרינטער פרינט)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 4:08 pm
דורך קרעמער
מיר ווייסן דערפון, אבער עס איז אלץ כדאי איבערצו'חזר'ן.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:26 pm
דורך האניג
גאר נוצבארע אין אינטרעסאנטע טיפס און טריקס פאר גוגל טאלק!
http://praveenkumarg.blogspot.com/2009/ ... ricks.htmlהאטס הנאה!
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 10:59 am
דורך יוד איינער
אויף וועלכע נאך טעלעפאון קאן מען האבן גוגל טאלק, איך וויל נישט א קרעקבערי, אבער טאלק מיט אידיש יא , ווייסט איינער ?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 28, 2009 11:09 am
דורך יוד איינער
נאך א זאך קרעזי אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול ברענגט עטליכע פראגראמען אראפצולאדענען פאר גוגל טאלק באנוצער, זעהט מיר אויס גאנץ נוצליכע זאכן, גוגל קראום ווארנט מיר אבער אז איט קען הארם מיי קאמפיוטער, ווייסט איינער צו מען קען געטרויען די זאכן, ?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 9:22 am
דורך הערשי קניהויז
יוד איינער האט געשריבן:אויף וועלכע נאך טעלעפאון קאן מען האבן גוגל טאלק, איך וויל נישט א קרעקבערי, אבער טאלק מיט אידיש יא , ווייסט איינער ?
עס איז דא זייער אסאך פאון'ס וואס מען קען האבן טאלק דורך
Palringo (א פראגרעם פאר טשעט), עני HTC פאון, סענטראו, און נאך...
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 10:13 am
דורך bobke
יוד איינער האט געשריבן:אויף וועלכע נאך טעלעפאון קאן מען האבן גוגל טאלק, איך וויל נישט א קרעקבערי, אבער טאלק מיט אידיש יא , ווייסט איינער ?
i have a program called mundu IM where i had G talk