בלאט 1 פון 1
SECURE און NON SECURE
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 5:08 pm
דורך קרעמער
אזא סארט פענסטערל קומט מיר טעגליך ארויף ביים עפענען מיין גימעיל קאנטע, עס האלט שוין אן זינט 'שוועמל' האט מיר געראטן צו RESET'ן אלע אינטערנעט עקספלאורער סעטינגס.
איך געדענק אז איך האב אינעם פארגאנגענהייט אויך געליטן פון דעם נערווירנדן פענסטער'ל, און דאן האט מיר איינער פון די חברים אין "בחרדי חרדים משפחה אידיש" ארויסגעהאלפן לויז ווערן דערפון. איך האב אבער געזוכט און געזוכט יענעם אשכול אינעם אויבנדערמאנטן פורום, אן הצלחה.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 8:18 pm
דורך מאשקע
אין בחחמ"א? דאס בין איך געווען, און טאקע דא אין קרעטשמע. מאך א חיפוש.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 15, 2007 8:26 pm
דורך מאשקע
שוין געטראפן, נאר כ'קען נישט ברענגען קיין לינק יעצט. מאך א חיפוש פאר'ן ווארט secure. די אשכול הייסט: הכרת הטוב.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2007 5:00 pm
דורך קרעמער
קיינמאל צו שפעט צו באדאנקן מאשקע פארן דערמאנען אז ער איז געווען דער וואס האט מיר געהאלפן ביים ערשטן מאל, אויטאמאטיש האט זיין עצה געהאלפן יעצט אויך, יישר כחך!
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 13, 2007 9:03 pm
דורך שלמה שמש
אויב ליידט נאך איינער פון דעם וויל איך זאגן אז איך האב אויך געהאט דעם פראבלעם ביז דער אייבערשטער האט געהאלפן איך בין פון דעם אנשיקעניש פטור געווארן איין מאל פאר אלעמאל עס איז זייער פשוט מען גייט צו טולס - אינטערנעץ אפשענס - סעקיורעטי - כמעט ביים סוף פון די ליסט איז דא א אפשען וואס ער זאל טון אויב עס איז דא א געמישטע סייד קענסט דריקן אדער ענעבל אדער דיסעבל נישט קיין חילוק די עיקר סזאל נישט זיין פראמט ווייל דאס איז גורם דעם נארישן באקסעל ארויף צו שפרינגן.
הצלחה רבה
איך גיי שוין לייגן א בילד מען זאל זען ווי צו גיין...
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 13, 2007 9:11 pm
דורך שלמה שמש
נאט אייך צוויי בילדער בעסער צו פארשטיין במה דברים אמורים איך האפ אז עס וועט ארויס העלפן אידן
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 18, 2007 7:00 am
דורך שוועמל
קרעמער,
שוועמל האט דיר געראטן אדער פארראטן?