קהלה פילטער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » זונטאג ינואר 12, 2014 7:22 pm

איך ווייס נישט וויאזוי משומר פילטער ארבעט און צו עס איז א דבר מתוקן אבער כפי ששמעתי האט מהר"א אמאל געזאגט ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער ארויסגעבן א אייגענע פילטער אז ער וויל נישט עס זאל זיין א פילטער וואס מען זאל קענען האבן א תירוץ פארוואס מען וויל עס נישט לייגן, וכל זמן די פילטער איז נישט 100 פראצענט פערפעקט וויל ער נישט מחייב זיין צו נעמען דוקא איין סארט פילטער.
וואס פונקטליך די ווערטער באדייטן ווייס איך נישט אבער כך שמעתי.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 12, 2014 9:31 pm

איז אייוועלט אפן ביי משומר?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » זונטאג ינואר 12, 2014 9:33 pm

מי יודע האט געשריבן:איז אייוועלט אפן ביי משומר?

אויב מ'בעט עפענען זיי עס [כך שמעתי מכמה מחבירינו].
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3761
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 12, 2014 9:38 pm

מי יודע האט געשריבן:איז אייוועלט אפן ביי משומר?

יע
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » זונטאג ינואר 12, 2014 10:04 pm

כ'בין א PROUD משומער באנוצער, און "דא בין איך". יא.

כ'מיין ס'איז א געוואלדיגע קאמפלימענט פאר אייוועלט. ס'איז דער איינציגסטער 'אויסלופטערונג' סייט וואס זיי עפענען. זעהט אויס ס'האט א גוטע הכשר און משגיחים יראי ה'. כה לחי!
written using the Meshimer web filter

אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1001
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

תגובהדורך ווארד » זונטאג ינואר 12, 2014 11:59 pm

איך בין אויך ביי משומר, איך האב נאכנישט ב"ה קיין ערפארונג מיט זיי אז זיי זאלן מיר נישט עפענען א סייט וואס איך האב געבעטן.
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 13, 2014 6:43 pm

איך יא. איך האב זיי געבעטן גוגל אימעדזשעס און זיי האבן מיר נישט נאכגעגעבן נאר k9 safesearch images
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » מאנטאג ינואר 13, 2014 6:47 pm

פ' לך לך האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי משומר פילטער ארבעט און צו עס איז א דבר מתוקן אבער כפי ששמעתי האט מהר"א אמאל געזאגט ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער ארויסגעבן א אייגענע פילטער אז ער וויל נישט עס זאל זיין א פילטער וואס מען זאל קענען האבן א תירוץ פארוואס מען וויל עס נישט לייגן, וכל זמן די פילטער איז נישט 100 פראצענט פערפעקט וויל ער נישט מחייב זיין צו נעמען דוקא איין סארט פילטער.
וואס פונקטליך די ווערטער באדייטן ווייס איך נישט אבער כך שמעתי.

אדמו"ר מהר"יי האט אריין געלייגט גרויסע כוחות אין דעם פילטער עס זאל זיין א דבר השלם. אבער ער האט געזאגט ביי איינע פון זיינע דרשות אז עס איז אמת אז דער פילטער הייסט "משומר" אבער עס איז נישט טיייטש אז מען איז "באמת משומר" דאס מיינט נישט אז מען קען זיך רואיג קויפן א כלי מיט אינטערנעט און ארויפלייגן משומר. נאר פאר איינער וואס מוז צוקומען צו אינטערנעט העלפט אים דאס צו זיין אפגעהיטן
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20070
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג ינואר 13, 2014 7:25 pm

דאס האב איך באקומען פון איינע פון די עסקנים וואס ארבייטן אויף די פראיעקט...

שוין עטליכע יאר וואס א גרופע עסקנים מומחים אין געביט פון טעכנאלאגיע און טעכניקער-פראגראמירער, אין צוזאמענארבעט מיט עטליכע קהלות קדושות בישראל, זענען עוסק מיט גאר גרויסע פילטער-קאמפאני'ס צוצושטעלן א "קהלה פילטער" וואס זאל ערגענצן דעם געברויך פון היימישן ציבור החרדים לדבר ה'. עס איז דערין אינוועסטירט געווארן הונדערטער טויזנטער דאללארן צו פארזיכערן דעם בעסטן סוקסעס צו פילטערן טעכנאלאגישע כלים אויפן שטארקסטן פארנעם, וואס זאל גלייכצייטיג אויך זיין שנעל, באקוועם און צוגענגליך, אן קיין שום גשמיות'דיגע שטער און איבריגע באגרעניצונגען וואס קען שטערן פאר ביזנעס צוועקן.‬


די "קהלה פילטער" איז א פראדוקט פון עטליכע יאר ארבעט, ביז ס'איז ב"ה געלונגען זיך אנצושליסן מיט איינע פון די שטארקסטע אונטערנעט-קאמפאניס אין די ביזנעס וועלט וועלכע פארמאגט העכער צוואנציג מיליאן באנוצער טעגליך (וואס פארזיכערט אז די סערוויסעס זענען אויף די שנעלסטע ספיד, שנעלער און מער עפעקטיוו פון אלע אנדערע קלענערע קאמפאני'ס, און ווערט נישט פארלאנגזאמט מיטן פילטער), צוגעשטעלט לויט די געברויכן פון היימישן ציבור.‬

‫אין די יעצטיגע טעג קומט די פריידיגע מעלדונג, אז די חשובע טעכניקער-עסקנים האלטן שוין ביי די לעצטע שטאפלען פון ארויסקומען צום ברייטן ציבור,‬


ווי פארשטענדליך, אז כדי צו קענען ארויסקומען מיט א העכסט געלונגענעם פראדוקט צום ציבור, פארלאנגט זיך א קורצע צייט פון טעכנישע פראבע (‪Try Out‬), צו פארזיכערן אז דער פראדוקט איז טאקע אויסגעשטעלט צום שלימות'דיגן באנוץ פון די עווענטועלע קאסטומער, וואס דאס קען זיך אמבעסטן איבערצייגן דורך זאפארט ארויפסיינען א צאל היימישע קליענטן, צו הערן זייערע הערות און הצעות וויאזוי צו פארענדיגן די פרטי פרטים פונעם פילטער, צו די פולסטע באקוועמליכקייט פון אלעמען.‬

‫בעלי בתים און קאמפיוטער-באנוצער וועלכע זענען וויליג זיך אויפצוסיינען אויף דעם נייעם "קהלה פילטער", ווערן געבעטן זיך צו שיקן אן אימעיל צו beta@saferonline.net וזכות הרבים יהא תלוי בהם.‬


"קהלה פילטער" האפט בעז"ה גאר בקרוב צו קענען מעלדן די ענדגילטיגע פרטים פונעם נייעם פילטער.

מיט דאנק פון פאראויס.‫
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מאנטאג ינואר 13, 2014 10:07 pm

דאס איז די נוסח וואס האט געהאנגן אויף די צעטלעך אין די בתי מדרשים. די שאלה איז נאר וואס איז שלעכט מיט משומר אז עס האט אויסגעפעלט צו ספענדן הונדערטער טויזענטער דאללארן (כלשונם) אויף נאך א פילטער?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג ינואר 13, 2014 10:19 pm

פ' לך לך האט געשריבן:דאס איז די נוסח וואס האט געהאנגן אויף די צעטלעך אין די בתי מדרשים. די שאלה איז נאר וואס איז שלעכט מיט משומר אז עס האט אויסגעפעלט צו ספענדן הונדערטער טויזענטער דאללארן (כלשונם) אויף נאך א פילטער?

קודם, וועגן די לעוועלס וואס איז נישט געהעריג דא ביי משומר.
והשנית, וועגן שנעלקייט וואס געוויסע משומר באנוצער האבן זיך שוין אפגערעדט דעראויף.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דינסטאג ינואר 14, 2014 8:32 am

אלץ איינע פון די גאר ערשטע משומר יוזערס איז מיין אימפרעשן אזוי: משומר איז געבויעט אויף זייער א גוטער פלאטפארם, מיסודו איז ער א גוטער פילטער, די פראבלעם איז די שרעקליכע מיס מענעדשמענט וואס דארט גייט פאר, זייער נישט ארגענעזירט, עס קוקט אויס ווי א ביזנעס וואס איז זייער שנעל גרויס געווארן, און זיי קענען זיך נישט קיין עצה גיבן, זיי מוזן דרינגענד אויפנעמען א געניטן ביזנעס מאן מיט עקספיריענס צו קענען אויפבויען די חלק הארגענעזעישן שבו

עס איז באמת זייער גוטע נייעס די נייע קהלה פילטער, סיי עס נעמט אריין נאך א קהלה אין די זאך, און סיי עס וועט בלי ספק האבן א גרויסע השפעה אויף משומר אויך, עס איז זייער גוט עס עס וועט זיין מער איין פירמע

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 22, 2014 6:39 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:דאס האב איך באקומען פון איינע פון די עסקנים וואס ארבייטן אויף די פראיעקט...

שוין עטליכע יאר וואס א גרופע עסקנים מומחים אין געביט פון טעכנאלאגיע און טעכניקער-פראגראמירער, אין צוזאמענארבעט מיט עטליכע קהלות קדושות בישראל, זענען עוסק מיט גאר גרויסע פילטער-קאמפאני'ס צוצושטעלן א "קהלה פילטער" וואס זאל ערגענצן דעם געברויך פון היימישן ציבור החרדים לדבר ה'. עס איז דערין אינוועסטירט געווארן הונדערטער טויזנטער דאללארן צו פארזיכערן דעם בעסטן סוקסעס צו פילטערן טעכנאלאגישע כלים אויפן שטארקסטן פארנעם, וואס זאל גלייכצייטיג אויך זיין שנעל, באקוועם און צוגענגליך, אן קיין שום גשמיות'דיגע שטער און איבריגע באגרעניצונגען וואס קען שטערן פאר ביזנעס צוועקן.‬


די "קהלה פילטער" איז א פראדוקט פון עטליכע יאר ארבעט, ביז ס'איז ב"ה געלונגען זיך אנצושליסן מיט איינע פון די שטארקסטע אונטערנעט-קאמפאניס אין די ביזנעס וועלט וועלכע פארמאגט העכער צוואנציג מיליאן באנוצער טעגליך (וואס פארזיכערט אז די סערוויסעס זענען אויף די שנעלסטע ספיד, שנעלער און מער עפעקטיוו פון אלע אנדערע קלענערע קאמפאני'ס, און ווערט נישט פארלאנגזאמט מיטן פילטער), צוגעשטעלט לויט די געברויכן פון היימישן ציבור.‬

‫אין די יעצטיגע טעג קומט די פריידיגע מעלדונג, אז די חשובע טעכניקער-עסקנים האלטן שוין ביי די לעצטע שטאפלען פון ארויסקומען צום ברייטן ציבור,‬


ווי פארשטענדליך, אז כדי צו קענען ארויסקומען מיט א העכסט געלונגענעם פראדוקט צום ציבור, פארלאנגט זיך א קורצע צייט פון טעכנישע פראבע (‪Try Out‬), צו פארזיכערן אז דער פראדוקט איז טאקע אויסגעשטעלט צום שלימות'דיגן באנוץ פון די עווענטועלע קאסטומער, וואס דאס קען זיך אמבעסטן איבערצייגן דורך זאפארט ארויפסיינען א צאל היימישע קליענטן, צו הערן זייערע הערות און הצעות וויאזוי צו פארענדיגן די פרטי פרטים פונעם פילטער, צו די פולסטע באקוועמליכקייט פון אלעמען.‬

‫בעלי בתים און קאמפיוטער-באנוצער וועלכע זענען וויליג זיך אויפצוסיינען אויף דעם נייעם "קהלה פילטער", ווערן געבעטן זיך צו שיקן אן אימעיל צו beta@saferonline.net וזכות הרבים יהא תלוי בהם.‬


"קהלה פילטער" האפט בעז"ה גאר בקרוב צו קענען מעלדן די ענדגילטיגע פרטים פונעם נייעם פילטער.

מיט דאנק פון פאראויס.‫


דאס גייט זיין אזוי ווי דזשעי נעט פלעגט זיין אז מען מוז נעמען די אינטערנעט סערוויס דורך זיי?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 22, 2014 6:41 pm

ניין.
עס איז א סאפטווער אין קאמפיוטער.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 22, 2014 6:47 pm

דאן פארוואס דארף מען זיך אנשליסן מיט די צוואנציג-ביליאן-באנוצער-אינטערנעט-קאמפאני?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8999
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך ינואר 22, 2014 6:55 pm

אולי מיינט עס אינטערנעט-פילטער קאמפאני.
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך ינואר 22, 2014 7:01 pm

וועלכע פילטער קאמפאני האט אזויפיל באנוצער? K9?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מיטוואך ינואר 22, 2014 10:47 pm

עפעס פידבעק קען עמיציר מיטיילן אפשר?
ס'איז מיר שטארק אונטערסאנט צו הערן וויזוי די פילטער ארבעט. (אויך דארפיך די אינפא 'לרבים השואלים' האט מיך שוין פריער איינער געפרעגט איבער דעם... צו ס'איז גוט.

יישר כח

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך ינואר 22, 2014 11:00 pm

איך ניץ עס, וואס הייסט פידבעק?

אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 13, 2009 12:30 pm

תגובהדורך היימישער איד » מיטוואך ינואר 22, 2014 11:14 pm

עס איז שטייט אדער שנעל?

די פילטער איז צו געצוימט אדער צו אפען?

קאסטומער סערוויס איז גוט?

ווען מען בעט צו עפענן/צומאכן עפעס באקומט מען שנעל א ריספאנס?

עס מאכט עפעס פראבלעם'ן פארן קאמפיוטער בכלליות ווי אויסנוצן אסאך ריסטארן אדער חלילה די בלוי סקרין?

וואלט איר עס רעקאמענדירט פאר גוטע פריינד?

סתם אנדערע הערות וואס איר האט איבער דעם?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20070
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג פאברואר 10, 2014 10:30 am

אךךך, פלעין פארגעסן צו מעלדן דא, פאריגע וואך קאלט מיך מיין קאזין אן אז איך קען ווידער מעלדן די גוטע נייעס אז די קהילה פילטער פאר "ענדרויד און געלעקסי" זענען שוין רעדי, אייפאון העט זין נעקסטע וואך (די וואך) און בלעקבערי העט נאכקומען...

יעצט ווערן ווידעראמאל געזוכט וואלאנטירן פאר די פראבע... פאראינטערעסירטע זאלן אימעילן צו:
sales@Saferonline.net

תזכה למצות...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלף
תגובות: 1776
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג פאברואר 11, 2014 9:19 am

היינט אינסטאולט די פילטער אויף מיין פאון.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » דינסטאג אפריל 29, 2014 1:00 pm

עני אפדעיט מיט די פילטער?

עס איז צו שטיל.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך מאי 28, 2014 4:01 pm

עני אפדעיט?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מאי 28, 2014 4:03 pm

זעט אויס אז קהילה האט אים געבלאקט..
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט