בלאט 1 פון 1

וועבסייט טעמפלעט'ס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:44 pm
דורך leiby
מ'האט שוין מסתם ערגעץ גערעדט דערפון אבער נאר אויסגעמישט צווישן אנדערע אשכולות..

היינט ווען מ'ווערט מער און מער ארויפגעריקט אוטומאטיש אנליין, פובירט יעדער צו האבן א וועבסייט פאר זיינע געברויכן.
אמאל וויל איינער לאזן הערן זיין דעת, א צווייטער האט עפעס צו ווייזן וכו' וכו'.

איינער האט מיר געבעטן צו עפענען א וועבסייט, ער האט מעניופעקטושרד א אייטעם און ער וויל עס ווייזן פאר דיסטריביוטערס, ס'דארף האבן אפאר סימפל פיחדזשעס ווי
Home - About Us - Description & Details - Products - Contact Us
יעדע בלאט זאל מען קענען אביסל ארומדרייען, למשל אויסשטעלן די ספעקס פון די אייטעם.

איינער האט עפעס ידיעות?

כ'רעד נישט פון סתם ווארדפרעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 2:49 pm
דורך derech eretz
https://sites.google.com האט א ריזן אויסוואלן פון רעדי טעמפלעט'ס

http://www.weebly.com איז אויך זייער אויפגעכאפט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:05 pm
דורך מומחה עצום
איך רעקאמענדיר א one page HTML וועבסייט, די טעמפלעיטס זענען נישט צו טייער, און לייכט צו עדיטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 3:32 pm
דורך עם הארץ
איך האב מיר לעצטענס אסאך געשפילט מיט אזעלעכע זאכן. עס איז פארהאן אסאך סייטס פאר דעם וואס די וואלסט געקענט אויסטשעקן וואס איז געאייגענט פאר דיר,
איך וואלט דיר געראטן צי כאפן א בליק אויף דעם לינק:
http://www.top10bestwebsitebuilders.com ... OgodMkQACQ

אויב ביסטו נישט ציפרידן דערפון זיי מיר מודיע, און איך קען דיר אפשר העלפן מיט אנדערע.
הצלחה בכל מעשה ידיך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 6:22 pm
דורך שמן למאור
נאך א וועבזייטל פון הערליכע טעמפלעטס
http://www.wix.com/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 9:43 pm
דורך עם הארץ
שמן למאור האט געשריבן:נאך א וועבזייטל פון הערליכע טעמפלעטס
http://www.wix.com/


יא דאס קען מען אויך זען אויף די לינק וואס איך האב געפאוסטעד.
בד"וו האלט איך אינמיטען בויען א וועב זייטל מיט זיי, און עס איז גאר גרינג און פלעקסיבעל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 3:57 pm
דורך מומחה עצום
די פראבלעם מיט די אלע אומזינסטע סייטס ווי WIX און אנדערע, איז אז עס וועט אייביג שטיין אונטן אז דאס איז א טעמפלעיט פון WIX וכדו' וואס דאס איז פארקערט פונעם ציל דא, ווען איינער וויל ווייזן א פראדוקט פאר דיסטריביוטערס וכו'.

דעריבער איז כדאי צו אינוועסטירן 25 -50 דאלער אין א אייגענע one page HTML וועבסייט וואס דאס איז לייכט צו עדיטן און טוישן, און בעיקר איז עס זייער פראפעסינאל.

דא האט איר עטליכע סעמפל וועבסייטס: איינס צוויי דריי פיר פינף זעקס זיבן אכט ניין צען

איין טעמפלעיט סייט וואס איך וואלט יא רעקאמענדירט איז http://www.squarespace.com - עס קאסט אביסל, אבער איר באקומט האוסטינג, מאוביל וועבסייט און קאסטומער סופארט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 10:15 pm
דורך derech eretz
וואס איז די פראבלעם ביים ווייזן א פראדוקט, אז די סייט איז א רעדי טעמפלעיט? ער וויל דאך נישט ווייזן אז ער איז א וועב דיזיינער?..