עמעזאן נייעס און אינטערעסאנטע פאקטן

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10794
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:33 am

שנאפס האט געשריבן:איינער קען קאפיען דעם ארטיקל?

נישטא קיין ארטיקל דזשאסט טריקענע נייעס אזוי ווי דא אראפגעברענגט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:30 am

געלעגער האט געשריבן:עפעס געווען אין די נייעס היינט וועגן עמעזאן גראסערי וואס זיי פאנגען אן יעצט. #זיי רוען נישט איין

זיי האבן עס שוין אין קאליפארניע, ווערט גערופן "עמעזאן פרעש".
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 01, 2014 6:14 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עמעזאן האט צוגעלייגט נאך שטעט צו סעים דעי שיפינג, און אוועק גענומען איינס.

צוגעקומען "סאן פראנסיסקא, קאלעפארניע" און "דאלאס, טעקסעס" און אוועק גענומען "לאס וועיגעס"
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

# AmazonCart פאר טוויטער, א נייע פאטענט פון עמעזאן.

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 5:50 pm

(איך זיך שוין די "עמעזאן נייעס" אשכול 10 מינוט, און כ'פלאץ. און עניוועי גייט מען שוין מאכען א עקסטערע עמעזאן סוב-פארום....... ווען????)

עמעזאן האט זיך צוזאם געשטעלט מיט טוויטער צו "העלפען" די קוסטעמערס.

אויב איז זעהט א עמעזאן אייטעם וואס איינער טוויט אויף טוויטער, דארפט איר נישט מער ווי ריפלייען מיט די העשטעג ""#AmazonCart" און אטאמאטיש ווערט עס צוגעלייגט צו אייער עמעזאן "קארט" אדער "בעסקעט". מען דארף נאר סובסקרייבן צו די אפציע ביי טוויטער, צוציבינדען אייער טוויטער און עמעזאן קאנטעס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג מאי 05, 2014 5:54 pm

וואס איז די מעלה? אז מען דארף נישט מאכן סירטש אויף עמעזאן?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 5:57 pm

קהת האט געשריבן:וואס איז די מעלה? אז מען דארף נישט מאכן סירטש אויף עמעזאן?

זעהסט עפעס אינטערעסאנט אויף טוויטער, ווילסט נישט אוועק גיין אריינסיינען צו עמעזאן און עס אויפשיכער און צולייגען צום קארט, ריפלייסטע מיט די העשטעג, און וואלא, עס איז פערטיג.

#חבל על הזמן
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 05, 2014 7:09 pm

kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מאנטאג מאי 05, 2014 7:12 pm

קהת האט געשריבן:וואס איז די מעלה? אז מען דארף נישט מאכן סירטש אויף עמעזאן?

מען קען קויפן מיט נאך ווייניגער טראכטן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 05, 2014 7:16 pm

יישר כח לכתחלה פאר די נייעסל.

דאס טוט אוטאמאטיש אריינשלעפן טוויטער אין די בערן פייט צווישן גוגל\עמעזאן\בינג עטס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג מאי 05, 2014 8:10 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:
קהת האט געשריבן:וואס איז די מעלה? אז מען דארף נישט מאכן סירטש אויף עמעזאן?

מען קען קויפן מיט נאך ווייניגער טראכטן

די זאגסט גוט! זייט די עפפ איז ארויסגעקומען קויפט זיך זאכען ממש אין א סעקונדע סאיז א פחד מען טראכט נישט קיין האלבע רגע פאר מען קויפט עפעס.

איך גיי בל"נ מיך נישט אויפסיינען אויף דעים, סאיז גענוג צרות אזוי.
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 5:53 pm

נאך פופצען סטעיטס האבן באקומען "זונטאג" דעליווערי פון עמעזאן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג מאי 19, 2014 12:57 pm

אינטרעסאנטע פאקטן איבער די ערשטע יארן פון עמעזאן.

דזשעף בעזאס דער גרינדער פון עמעזאן.קאם (ער איז גראדע נישט קיין איד), האט צוערשט געוואלט רופן די קאמפעני Cadabra, אבער נאכדעם וואס זיין לויער האבן אים געזאגט אז אויפן טעלעפאן קען מען עס אויסמישן מיט Cadaver (אין ענגליש: א טויטן קערפער) האט ער געזוכט א צווייטן נאמען.

ער האט אויך געגליכן די נאמען Relentless און אז איר גייט היינט צו relentless.com וועט איר זעהן וואס פאסירט, אבער למעשה איז ער געבליבן מיט "עמעזאן".

אין די ערשטע צייטן פלעגט קלינגען א גלעקל יעדעס מאל ווען איינער האט געמאכט אן ארדער, און דאן פלעגן אלע ארבעטער קומען קוקן צו זיי קענען דעם קאסטומער... ביז אפאר וואכן האט אנגעהויבן קלינגען אזוי פיל אז מען האט עס אויסגעלאשן.

עמעזאן האט געהאט א פראבלעם, אז מען האט געמוזט באשטעלן 10 ביכער אויפאמאל און זיי האבן נישט געהאט די סטארעדזש אדער געלט זיך דאס צו ערלויבן... אבער זיי האבן געטראפן א לעזונג, זיי פלעגן באשטעלן וועלכע בוך זיי האבן געדארפט און דאן באשטעלט ניין קאפיס פון עפעס א סייענטיפישע בוך איבער פאנגוס וואס איז קיינמאל נישט געווען צו באקומען.


באדאנקט אייך דא (בלי חשש גילוי)
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום מאנטאג מאי 19, 2014 2:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג מאי 19, 2014 1:00 pm

יישר כח, זייער אינטערעסאנט

פונעם לעצטן שורה קוקט אויס אז ער האט יא געהאט עפעס א שייכות מיט אידן...
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מאנטאג מאי 19, 2014 1:03 pm

שנאפס האט געשריבן:יישר כח, זייער אינטערעסאנט

פונעם לעצטן שורה קוקט אויס אז ער האט יא געהאט עפעס א שייכות מיט אידן...

שנאפסי: האסט מיר אויפגעריסן...
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מאנטאג מאי 19, 2014 1:06 pm

שנאפס האט געשריבן:יישר כח, זייער אינטערעסאנט

"פונעם לעצטן שורה קוקט אויס אז ער האט יא געהאט עפעס א שייכות מיט אידן..."

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 19, 2014 2:20 pm

משה יענקל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:יישר כח, זייער אינטערעסאנט

"פונעם לעצטן שורה קוקט אויס אז ער האט יא געהאט עפעס א שייכות מיט אידן..."

;l;p- ;l;p- :lol: :lol:

און ישר מימחי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג יוני 06, 2014 1:37 pm

אויפן הויפט בלאט מעלדט עמעזאן אז June 18 קומט עפעס א נייע דיווייס, ווער האט אינסייד אינפא?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר שמונת אלפים
תגובות: 8678
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו דער באשעפער וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » פרייטאג יוני 06, 2014 1:41 pm

derech eretz האט געשריבן:אויפן הויפט בלאט מעלדט עמעזאן אז June 18 קומט עפעס א נייע דיווייס, ווער האט אינסייד אינפא?

דאס איז דאך דער לאנג-ערווארטעטער עמעזאן סמארטפאון.

איינער פון די גרויסע חידושים דערין גייט זיין דער מעגליכקייט אויפצושפעלן א זאך א 3D אן קיין שום ספעציעלע גלעזער וכדו'.
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com
-----
איך בין גאנץ א "קנאפער ידען", אבער קנאת סופרים תרבה… איך וויל וויסן ווי מער.
מען קען מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14175
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג יוני 06, 2014 2:39 pm

איך זע עס נאכנישט באשריבן.

איין רעפארטער האט גאר דעטאלירט באשריבן און פילמירט די ווערטשאפט ביי עמעזאן פולפילמענט און בעיקר איבער די גרויסע וואנעס (ווירטואלע) וואו עס ווערן ערהאלטן אלע מערטשענדייס פון די סעללערס, גערופן 'POOL'.
דער באריכט לייגט זייער נעגאטיוו אראפ אז עס קומען אן אלע סארטן רעפליקעס פון הונדערטער ברענד נעימס און אלע סחורה, סיי אמת'ע און סיי פאלשע, ווערן אויסגעמישט אינעם גרויסן POOL. איבערהויפט ביי טייערע זייגערס, סאנגלעסעס, טעקנאלעזשי וכו', וואס דארטן איז נישטא קיין שום קאנטראל צו וויסן וועלכע פאלשע איז פון וועלכע סעללער, אזוי איז אלעמאל דא א גאנץ גרויסע שאנס אז דיין ארדער וועט אנקומען א רעפליקע.

ער האט אויך אויסגעפרעגט מענטשן וואס האבן געקויפט טייערע זייגערס און אויפגעוויזן אז זייער זייגער איז א רעפליקע... אן דעם וואס זיי זאלן וויסן!

דאס איז גאר אומגינסטיג פאר עמעזאן, ווייל אויב קאנסומערס פארלירן די טראסט איז עמעזאן היסטארי.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג יוני 06, 2014 2:55 pm

קיינער באריכטעט נישט דא איבער די ריס צווישן עמעזאן און איינע פון די גרויסע בוק פאבלישערס Hachette?

זיי קריגן זיך איבער פרייזן און עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז Hachette האט אנגעהויבן אפזאגן ארבעטערס

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

עמעזאן פייער פאון!

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך יוני 18, 2014 3:04 pm

מ'קען עס שוין באשטעלן! http://www.amazon.com/dp/B00EOE0WKQ
will be released on July 25, 2014

Limited-Time Offer - Includes a full year of Prime

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4071
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דינסטאג יולי 15, 2014 4:57 pm

Amazon.com Corporate Credit Line
דאס איז א נייע זאך?

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יולי 15, 2014 6:17 pm

קוקט אויס אזוי
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » פרייטאג יולי 18, 2014 2:52 pm

וואס איז דאס?
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1054
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

Amazon local registe

תגובהדורך מייקראסאפט » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 11:57 am

עמעזאן איז היינט ארויסגעקומען מיט א נייע פראדוקט, בעסיקלי גייען זיי און קאמפעטישען מיט ״סקווער״.

זיי ריפען עס Amazon local register. עס קומט מיט אן עפפ פאר אלע פאפיאלער דעווייסעס, און מען קען טשארדזשען קרעדיט קארדס דערויף ממש אומזינסט. 1.75% אן קיין שום זייטיגע פיס...

מיר זעהט אויס ווי זיי גייען ארויס לייגען סקווער פון ביזנעס.


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט