בלאט 1 פון 1
גוגל עפפס
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 12, 2013 9:34 pm
דורך לעיקוואד
איך האב געהאט א גוגל עפפס אקאונט און פאר סאם ריזען האט זיך עס אויסעגמעקט פון זייער סיטעם ווען איך האב געוואלט צולייגן א דאמעין צו די אקאונט, יעצט זייענדיג סטאק אן קיין אקאונט פאר אומזינסט, האב איך געמאכט אביסל ריסורטש און איך זעה אז מען קען קויפן אויף איבעי אקאונטס מיט א דאמעין מיט אזויפיל ווי 200 באנוצערס, (היינט בעט גוגל $5 א חודש פער באנוצער) האט איינער דא מער אינפארמעישאן ווי קראונט די אקאונט'ס זענען, עטליכע פון די סעללערס אויף איבעי זענען פון אינדאניזיע אדער וואס האבן א שוואכע פידבעק.
מיין פראבלעם איז נישט אזוי ווייט די $30 וואס איך צאל איינמאל, איך האב נאר מורא אז עס איז א סקעם אז דער פאריגע בעה"ב פון די דאמעין האט א וועג צו אריינקומען אין מיין אקאונט צי דורך מאכן א פעסווארד ריסעט וכדו'.
תודה למפרע
מנהלים: אויב איז דא אן אשכול פארדעם ביטע עס צוזאמשמעלצען, א דאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 12, 2013 9:46 pm
דורך פאטאקי08
גוגל האט גאנץ לעצטענס צוגעלייגט נאך לימיטעישאנס צו די עקזיסטירנדע אלטע פרי אקאונטס
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 10:51 am
דורך מאנ-יימער
פאטאקי08 האט געשריבן:גוגל האט גאנץ לעצטענס צוגעלייגט נאך לימיטעישאנס צו די עקזיסטירנדע אלטע פרי אקאונטס
וואסערע לימיטעישאנס?
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 4:45 pm
דורך לעיקוואד
נא.. קיינער האט טאקע נישט קיין אינפארמאציע צי העלפען?
מיר וואונדערט נאר וויאזוי די אלע פארקויפער'ס אויף איבעי האבן זיך איינגעשאפן אזויפיל דאמעינ'ס מיט גוגל עפפס, ווער האט דען גע'חלומ'ט אז גוגל גייט עס אויפהערן געבן פאר אומזינסט.
מיינט דאס אז איך דארף שוין יעצט מאכן אימעיל אדרעסען פאר מיינע קינדער? און נעמען פאר זיי די אלע אקאונטס ווי למשל באקס און דראפבאקס טוויטער וכדו?
JUST WONDERING...
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 6:48 pm
דורך Alien
לעיקוואד האט געשריבן:מיינט דאס אז איך דארף שוין יעצט מאכן אימעיל אדרעסען פאר מיינע קינדער? און נעמען פאר זיי די אלע אקאונטס ווי למשל באקס און דראפבאקס טוויטער וכדו?
JUST WONDERING...
אה. מיין באבע האט זיך אנגעקויפט מיט טויזענטער באקסעס פעקס פעפער (איינער געדענקט נאך די גליטשיגע פעפער???) דאִרפסטעס?
#פלעין נייגעריג
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 8:38 pm
דורך לעיקוואד
עלייען, ווי עס קוקט אויס איז גוגל HERE TO STAY נאר זיי וועלן מוזן רעכענען געלט פאר זייער סערוויס,
גראדע געדענק איך עפעס ווען עי. או על. (איינער געדענקט זיי נאך?...) האט פרובירט אנהייבן רעכענען פאר זייער סערוויס איז עס דעמאלטס געווען אויף איינע פון די ביזנעס מאגאזינען איך געדענק שוין נישט פונקטליך, אן ארטיקל ווי מען האט באהאנדעלט די גאנצע ענין פון די אומזינסטע אימעיל, צי עס איז אויסהאלטבאר SUSTAINABLE, גראדע ביי די צייטונגען זעט מען שוין ווי זיי פרובירן צי גיין צווישן די טראפענס און די פרעסטיזשפולע פרובירן צי רעכענען געלט
בציקער א מעשה, איך קען מיך פארשטעלן אין צען יאר פון היינט אז אויב איינער וועט דוקא וועלן האבן א דזשימעיל אקאונט וועט ער מוזן עפעס באצאלן.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 13, 2013 9:37 pm
דורך Alien
לעיקוואד האט געשריבן:עלייען, ווי עס קוקט אויס איז גוגל HERE TO STAY
טאקע דאס מיינעך. די מיינסט זיי בלייבן ביי די אלדפעשענד אימעילס? קויף עטליכע brain waves אקאוינטס... (וואסאחילוק?)
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 1:24 pm
דורך הורוויץ
למעשה קען מען טאקע מער נישט האבן קיין free email users אויף א domain name?