גוגל "לון" (LOON) פראיעקט
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
גוגל "לון" (LOON) פראיעקט
אין עפעס וואס הערט זיך ווי אן "אפריל דער ערשטער" וויץ, האט גוגל געמאלדען דאסאנהייבן ארבייטען אויף א נייע פראיעקט "לון" (LOON).
די מעשה פאנגט זיך אן, אז א ריזן חלק וועלט, האט נישט קיין אינטערנעט עקסעס. א ריזן חלק וועלט מיינט סיי די צוריקגעשטאנענע לענדער, און סיי די דיוועליפינג לענדער, דאס הייסט אזעלעכע לענדער וואס האלטן אינמיטן ארויסקריכען פינעם מיטל אלטער.
אויפצושטעלען א נעטווארק פאר אינטערנעט, פארלאנגט זיך אינפעסטראקטור, ווי לעקטער געהעריג, סעקיורעטי פאר די אינטענעס, ארבייטער זיכערהייט פאר די ארבייטער אא"וו. און אסאך פון די לענדער האבן דאס נישט.
איז גוגל אויפגעקומען מיט א אינטערעסאנטער פלאן. מען גייט ארויפלייגען "ריפיטער'ס" (דאס איז בעצם וואס איז די ביי א אינטענע, עפעס וואס "ריפיט" זאגט איבער וואס ער באקומט פון א צווייטען) אויף בעלונ'ס!!
די מעלה פון בעלאונ'ס איז גאנץ פשוט, עס קאסט ממש גארנישט!! צו שיקען סעטעלייט'ס קאסט מיליאנען אויב נישט ביליאנען, און ווייטער עס איז צו הויך צו קענען קומיונעקירן דירעקט מיט די מאשינען אינטען, עס דארף נאך האבן גאנצעטע געביידעס צו קענען "באקומען" די דאטא עס צו שיקען צו פריוואטע מענטעשן. אבער בעלונ'ס קאסט פעניס, און מען קען עס לאזן פליען אין א רעלעטיוו "נידריגע" פלאץ.
און ווי אזוי קומט אן דעטע צו די פארשטיפטע לענדער?
מען שיקט ארויס אסאך בעלונס, צו א הויכקייט פון צווישען 65,000 און 70,000 פוס הויך (עראפלאנען וכדו' פליען בערך ביי 35,000 פוס) ביי די הויכקייט, איז די ווינט מער ווייניגער סטאביל. עס לויפט אין א געוויסע דירעקשאן, און אין די פארקערטע דירעקשאן עטוואס העכער. דאס מיינט, לאמיר זאגן ביי 30 טויזענט פוס לויפט עס פון מזרח צו מערב, און ביי 32 טויזענט פון מערב צו מזרח. עס לויפט גאנץ שטייט אויך, סא עס פארט נישט ווילד.
ווער עס האט שוין געשפילט "פראג" (FROG) (געט א קוק אויפן בילד, און זעהט צו עטס דערמאנטס ענק....) ווייסט אז אויב האב איך צוויי שורות פון "מאוומענט" איינ'ס צו רעכט'ס און איינ'ס צו לינקס, קען מען מיט ריקען ארויף און אראפ צווישען די שורות, האלטן דעם פראש אין פלאץ ווי מען וויל.
סא אזוי מיטן ריקען די בעלונ'ס ארויף און אראפ פון איין הויכקייט - ווי די ווינט פארט איין וועג -, צו די אנדערע הויכקייט - ווי די ווינט פארט פארקערט - קען מען קאנטראלירן ווי און ווען די בעלונ'ס זאלן זיין.
יעצט אז כ'האב גענוג בעלונ'ס, און זיי זענען גענוג נאנט איינ'ס צום צווייטען, אז זיי קענען צווישען זיך קומיונעקירן, און אויך זענען זיי גענוג נאנט צו דער ערד, צו קומיונעקירן מיט דער ערד, דארף איך האבן א פלאץ ארויסצושיקען סיגנאלן צו די ערשטע בעלון, דאס קען זיין אין א פארגעשריטענע לאנד, און פון דארט זאל עס גיין צו די נעקסטע בעלון, ווייטער און ווייטער, ביז די בעלון וואס איז העכער די צוריקגעשטאנענע לאנד, און וואלא דער אינטען וואס האט זיך פארשאפט א כלי, און האט לעקטער, קען ניצען די אינטערנעט! עס איז ווי עס זאל ארום פארן א טראק מיט א "וויי פיי" סיגנאל, און יעדער קען זיך אנהוקען.
עס פליט נישט צו הויך צו נישט קענען קומיונעקירן מיט די ערד, און אויך נישט צו נידריג אז עס זאל מאכן פראבלעמען פאר עראפלאנען, און שלום על ה"לון".
צוויי בילדער.
1) ווי די ווינטען זענען דארט אויבן.
2) פון די געים, וואס ווערט דערמאנט.

לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג יוני 17, 2013 4:15 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
דא לייג איך נאך עטליכע בילדער.
1) ווי די בעלונען וועלן זיין געשטעלט, רעלעטיוו צו עראפלאנען.
2) ווי עס וועט אויסקוקען די "נעטווארק" מיט באלונען.
3) די כלי, וואס מען וועט דארפן, צו קענען באקומען סיגנאלן פון די בעלונס.
און "הערליך" עס איז נישט קיין חלום, עס איז שוין דא במציאות, אין געוויסע פלעצער ווי גוגל טעסט עס. די שאלה איז צו גייט מען עס "אויסשפרייטן" אין די וועלט, און געבענדיג די "טרעק רעקארד" פון גוגל, זעהט נישט אויס ווי זיי האלטן זיך אפ, ווען זיי באשליסען עפעס.
ווען איינער זאל דיר זאגן עטליכע יאר צוריק, אז גוגל גייט האבן "סטריט וויו" אין די גאנצע וועלט, פון די ראקי מאנטענ'ס ביז שאראשפאטעק און קערעסטיר, וואלסטו אויך נישט געגלייבט.

- יואל שווארטץ
- שר האלף
- תגובות: 1227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12397
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
למעלה משבעים האט געשריבן:איך פארשטיי אבער נישט, ווי אזוי גייט זיך א באלון האלטן אזוי לאנג אין די לופטן, די לופט גייט נישט ארויסגיין דערפון צוביסלעך? גייט זיין אנגעהוקט דערויף א מאשינקע וואס ווען עס כסדר אנפילן מיט לופט, און די מאשינקע וועט נעמען די עלעקטעריק פון די זון?
יא, פארגעסען צו שרייבן.
די נאוויגאציע גייט ארבייטען מיט סאלאר, און פליען וועט עס מיט "היליאום". עס וועט קענען לאנדער פאר מענטענענ'ס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- תרגום יונתן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 1:40 pm
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
עס איז שוין דא 30 בעלונ'ס אין א שטאט אין ניו זילענד, און עס ארבייט פיין.
(אויב איז עס א דזשוק, בין איך זיי קיינמאל נישט מוחל!! זיי גייען צום רבי'ן, און זיי גייען זיין א קעצי ווען משיח גייט קומען!)
(אויב איז עס א דזשוק, בין איך זיי קיינמאל נישט מוחל!! זיי גייען צום רבי'ן, און זיי גייען זיין א קעצי ווען משיח גייט קומען!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
די נעקסטע שטאפל אין טעסט איז פארגעקומען. גוגל האט אויספראבירט די טעכנעלאגיע אין "פרעזנא, קאלעפארניע".
------
ביל געיטס וואס איז כידוע פארנומען מיט אויפטאן פאר די געזינטהייט פאר די איינוואוינער פון דריטע וועלט לענדער, האט קריטיקירט די פלאן פון גוגל, וואס וועט לויט גוגל צושטעלען אינטערנעט פאר אזעלעכע לענדער וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינפאסטראקטור, טאקע די זעלבע סארט לענדער ווי געיטס זארגט זיך פאר געזינטהייט.
געיטס זאגט "ווען איינער שטארבט פון מאלעריע (ר"ל) וועט ער גארנישט האבן פון קוקן אויף די בעלאון"!
------
ביל געיטס וואס איז כידוע פארנומען מיט אויפטאן פאר די געזינטהייט פאר די איינוואוינער פון דריטע וועלט לענדער, האט קריטיקירט די פלאן פון גוגל, וואס וועט לויט גוגל צושטעלען אינטערנעט פאר אזעלעכע לענדער וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינפאסטראקטור, טאקע די זעלבע סארט לענדער ווי געיטס זארגט זיך פאר געזינטהייט.
געיטס זאגט "ווען איינער שטארבט פון מאלעריע (ר"ל) וועט ער גארנישט האבן פון קוקן אויף די בעלאון"!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- שמעלקא טויב
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5396
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
- לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!
ער איז נישט גערעכט, מיט א בעסערע ווירטואלע סיסטעם, אדער בכלל מיט אזא סיסטעם וועט מען קענען אסאך בעסער אויפטוען אין די פלעצער, אפשר מיינט ער וועגן דעם ברוך דיין אמת אשכול וואס מ'וועט קענען עפענען.לכתחילה אריבער האט געשריבן:די נעקסטע שטאפל אין טעסט איז פארגעקומען. גוגל האט אויספראבירט די טעכנעלאגיע אין "פרעזנא, קאלעפארניע".
------
ביל געיטס וואס איז כידוע פארנומען מיט אויפטאן פאר די געזינטהייט פאר די איינוואוינער פון דריטע וועלט לענדער, האט קריטיקירט די פלאן פון גוגל, וואס וועט לויט גוגל צושטעלען אינטערנעט פאר אזעלעכע לענדער וואס האבן נישט קיין געהעריגע אינפאסטראקטור, טאקע די זעלבע סארט לענדער ווי געיטס זארגט זיך פאר געזינטהייט.
געיטס זאגט "ווען איינער שטארבט פון מאלעריע (ר"ל) וועט ער גארנישט האבן פון קוקן אויף די בעלאון"!
דו שרייבסט עפעס זייער קלאר, ישר כח
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
פעיסבוק האט היינט אלס ענטפער געגעבן איר אייגענע פלאן. "קענעקטיוויטי לעב" (Connectivity Lab)
אבער עס איז סאך פשוטער, מיט סעטעלייטס, דראונס, און לעיזער. און אויך איז עס נאך אין סאך פריערע שטאפלען פון גוגלס פלאן. דאס הייסט עס איז טאקע פשוטער, ממילא איז נישטא אזויפיל צו טעסטען, אבער זיי פאנגען הערשט יעצט אן, משא"כ די לון סיסטעם איז שוין אין קראפט אין איינצעלנע פלעצער.
אבער עס איז סאך פשוטער, מיט סעטעלייטס, דראונס, און לעיזער. און אויך איז עס נאך אין סאך פריערע שטאפלען פון גוגלס פלאן. דאס הייסט עס איז טאקע פשוטער, ממילא איז נישטא אזויפיל צו טעסטען, אבער זיי פאנגען הערשט יעצט אן, משא"כ די לון סיסטעם איז שוין אין קראפט אין איינצעלנע פלעצער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
אווווון...... היינט איז געקומען גוגל'ס ענטפער, צו פעיסבוק'ס ענטפער, צו גוגל'ס לון!! (איר האלט מיט?)
איין ביליאן טאלער וועט גוגל אינוועסטירן אין א פלאטע פון 180 סעטעלייטס, צו ערמעגליכען אינטערנעט סערוועס צו די גאנצע וועלט! דאס איז חוץ לון, זיי ארבייטען אויף ביידע פראנטען.