בלאט 1 פון 1

ווייפיי אויף א פאון / טאבלעט .vs ווייפיי אויפן לעפטאפ

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 11:25 pm
דורך מי חכם
א אינטערעסאנטע זאך האב איך אויפגעפאסט. נוצנדיג דעם זעלבן ווייפיי האטספאט, האט מיין אפגעפליקטער ביליגער גארבעזש פון א לעפטאפ קיינמאל נישט געמאכט קיין פראבלעמען אדער קונצן, עס האט אויפגעכאפט אינעם גאנצן רעינזש די זעלבע אן קיין אפהאקונגען. לעומת זה מיין טייערער פאון קונצלט ארום, דא כאפט ער יא דא נישט, ארויף און אראפ פונעם ווייפיי נעטווארק. די זעלבע האט פאסירט מיט א ביליגער טאבלעט.

מיין שאלה איז, איז עס די אפערעיטינג סיסטעם וואס מאכט אויס? למשל אויב וואלט איך געהאט א ווינדאוס פאון און טאבלעט וואלט עס אויפגעכאפט פונקט אזוי גוט ווי דער לעפטאפ? אדער איז עס די הארדוועיר, די ווייערלעס טשיפ וואס מאכט אויס, אז א פי סי האט א בעסערע טשיפ ווי א מאוביל מאשינקע? איך האב פרובירט צו זוכן אויף גוגל אבער איך האב נישט געטראפן עכט איינער וואס זאל מאכן דעם חילוק.

וואס דארף מען קוקן פאר מען קויפט עני מאשין? איז שייך צו וויסן בעפאר צי עס וועט גוט כאפן די ווייפיי צי נישט? עפעס האב איך געזען דער קינדל פייער אדווערטייזט אז עס האט א ״דועל בענד״ ווייפיי. האט עס עפעס צו טאן מיט דעם? כאפט עס טאקע בעסער אויף ווי אנדערע טעבלעטס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 17, 2013 11:00 pm
דורך הערליך
קיינמאל נישט געזעהן א חילוק.