בלאט 1 פון 1
זארפיע האט פארכאפט מיין אימעיל אדררעס
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:14 pm
דורך ים רויבער
היינט האב איך באקומען א אימעיל פון א חבר מיינער אין איך האב עס געפענט ס'האט געהאט א פרענד ריקוועסט געלינקט צו א קאמפעני מיט די נאמען Zorpia, נישט טראכטענדיג האב איך עס געפענט איך געדענק שוין נישט פונקטליך וואס דארט איז געשטאנען נאר אזויפיל אז צוויי מינוט דערויף האבן אלע מיינע גימעל קאנטאקסט באקומען די זעלבע מעסעדזש מיט א ריקוועסט אין מיין נאמען
איך האב שוין געספעמט, רימאווט עקסעס, געטוישט פעסווארד והילד איננו ער שיקט ווייטער אימעילס פון מיין נאמען
הילף איז דרינגענד געזוכט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:17 pm
דורך למעלה משבעים
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:18 pm
דורך אזוי צו אזוי
אין אנדערע ווערטער א אימעיל רויבער האט גערויבט פון א ים רויבער...
שטייט דאך אזוי אין פרק: על דאטפת אטפוך, אבער זיי נישט באזארגט, ווייל וסוף מטיפייך יטופון.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:20 pm
דורך Ron Paul
אידאך דאס הגונב מן הגנב..
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:23 pm
דורך שוועמל
אזוי, נאדיר אפאר גרינליכע...
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:30 pm
דורך ים רויבער
ליצנות אין א זייט געלייגט, למעלה, פון דיין לינק בין איך אין ערגעץ נישט אנגעקומען
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:33 pm
דורך למעלה משבעים
וואס הייסט, קענסט נאך אריין אין דיין אקונט?
אויב יא, פאלג אלעס וואס זיי הייסן דא
https://support.google.com/mail/bin/sta ... &tab=29488פינף סטעפס.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:35 pm
דורך געלעגער
איך מיין עס איז נישט קיין ספעממער. ער שיקט פשוט ארויס אן אימעיל צו אלע קאנטאקטן. איך באקום אסאך אזאנע אימעילס. איך מיין אז עס איז לעגעטימע קאמפעני
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:37 pm
דורך אזוי צו אזוי
ווי אזוי האט ער אבער אלע דיינע קאנטאקטס?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:41 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
ביי מיר האטד יזעלבע מעשה פאסירט איך האב באקומען פון איינעם א פריינד ריקוועסט, און ווען איך האב עס געפענעט און געמאכט ALLOW האט מיר אנגעהויבן אריינקומען אימעילס פון מיינע באקאנטע וואס האב איך זיי געשיקט, איך האב נישט געוואוסט וואס זיי ווילן ביז זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן פון מיר באקומען א פריינד ריקוועסט, און איך האב אפגעשריבן א אנטשולדיגס בריוו פאר אלע מיינע קאנטאקטס אבער איך מיין אז איצט בין איך שוין פארטיג מיט זיי און עס גייט שוין נישט ווייטער אימעילס
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:45 pm
דורך ים רויבער
געלעגער האט געשריבן:איך מיין עס איז נישט קיין ספעממער. ער שיקט פשוט ארויס אן אימעיל צו אלע קאנטאקטן. איך באקום אסאך אזאנע אימעילס. איך מיין אז עס איז לעגעטימע קאמפעני
אין אויב ער איז לעגעטים קען איך אים נישט אפשטעלען פון שיקען אין מיין נאמען?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:54 pm
דורך מאנ-יימער
ים רויבער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:איך מיין עס איז נישט קיין ספעממער. ער שיקט פשוט ארויס אן אימעיל צו אלע קאנטאקטן. איך באקום אסאך אזאנע אימעילס. איך מיין אז עס איז לעגעטימע קאמפעני
אין אויב ער איז לעגעטים קען איך אים נישט אפשטעלען פון שיקען אין מיין נאמען?
גיי צו יענע וועבזייטל און פארמאך די אקאונט וואס דו האסט געעפענט ווען דו האסט באקומען די פריינט ריקוועסט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 9:59 pm
דורך ים רויבער
איך האב נישט געפענט קיין אקאונט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 10:00 pm
דורך געלעגער
וואטעווער איט איז מיין איך אז דו ביסט דערווייל נישט געהעקט. קידוש אין בית יאנאש די וואך ספאנסערד ביי ים רויבער
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 10:07 pm
דורך מאנ-יימער
ים רויבער האט געשריבן:איך האב נישט געפענט קיין אקאונט
ס'קען זיין אז מיטן קליקן אויף די לינק האט זיך געעפענט אן אקאונט אויף דיין אימעיל, גיי אהין צו יענע סייט און קליק Forgot Log-in און זעה צו די פארמאגסט אן אקאונט דארט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 8:37 am
דורך אנעים זמירות
מאך אויך א פולע וויירוס-אונטערזוך אויפען קאמפיוטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2012 9:42 am
דורך moshele11211
פאר די נעקסטע מאל:
גוגל האט אויף דעם זייער גוטע עצה, ווי מען קען עס זעהן אויף די אויבערדערמאנטע לינק, עס הייסט טא סטעפ וועריפעשין
דא קען מען זוך אויפסיינען אויף דעם, עס ארבעט אז מ'קען נישט עפענען דיין עימעיל ערגעץ אנדערש נאר אויב מען לייגט אריין א קאוד, מען לייגט אריין די סעל ביי ביי די אויבערדערמאנטע לינק, און יעדע מאל ווען איינער פראבירט אפילו צו עפענען באקומט מען גלייך א טעקס מעסדעש אדער א וואיסמעיל [וויאזוי מען וויל] מיט א קאוד (יעדעס מאל א אנדערע), און מען קען אנשטעלן אז די אייגענע קאמפיאטער[ס] טראסט מען, און מען זאל נישט יעדעס מאל דארפן אריינלייגן א קאוד