בלאט 1 פון 1

וועלכע סעטינג מאכט יא אדער נישט זען עד'ס אויפן וועבזייטל

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2007 7:17 pm
דורך קרעמער
איך וועל עס אראפלייגן גאר קלאר, קורץ און שארף. אין מיין קאמפיוטער, ווען איך עפן ר' מתתי' דראדזש'נס וועבזייטל (דראדזש-ריפארט), זעה איך פון אויבן א לאזונג: שטיצט די אדווערטייזער פונעם דראדזש ריפארט (בערך כהאי לישנא), אבער קיין אדווערטייזמענט געפון איך נישט אינעם גאנצן בלעטל פאר קיין רפואה. יעצט באנוץ איך זיך מיט א געבארגטע לעפטאפ (יישר כח נאכאמאל פאר 'איוואן' וועלכער האט מיר דאס פארגינען בלב שלם שוין די לעצטע וואך צוויי), באמערק איך צום ערשטן מאל אז ר' מתתי' איז גארנישט אזוי משוגע, ער פארמאגט בערך דריי אדווערטייזמענטס אויפן בלעטל, איינס אויבנאן, די אנדערע צוויי אונטן ביי די זייטן.

ענליך צו דעם האב איך באמערקט ביי אנדערע וועבזייטלעך, וואס ביי מיין כלי קומט בלויז ארויף "בלעטל נישט געפונען" וכדומה, און איך פלעג זיך תמיד וואונדערן וואס גייט דארט פאר, וויל איך טאקע אנפרעגן די מבינים, יודעי דבר, און אלעמען צוגלייך: וועלכע סעטינג האט צוטאן מיט דעם, צי מען קען יא אדער נישט זען אדווערטייזמענטס אויפן וועבזייטל (באופן אז אנדערע זאלן קענען אנשטעלן אזוי ווי ביי מיר, אז מען זאל נישט געפונען די אלע עדווערטייזמענט בלעטער). [איך רעד קלאר נישט פון "פאפ-אפס", נאר פון געווענליכע אדווערטייזמענטס וואס קומען אויפן זעלבן בלעטל ווי די איבריגע סחורה].

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2007 9:26 am
דורך סאכדעס
קרעמער געדענקסט אמאל איז געווען א פראגראם פאר די פרסומות אין היידפארק?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2007 9:27 am
דורך מאשקע
דו האסט לכאורה אינסטאלירט א פראגראם וואס בלאקט "בענער עדס". ס'קען אויך ווערן געבלאקט אויב דו האסט "זאון אלארם" וכדומה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2007 10:27 am
דורך קרעמער
סאכדעס;

איך האב נאך היינט צו ליידן פון יענע פארשטינקענע פראגראם. עס האט נישט קיין UNINSTALLER און איך קען אפילו נישט לויז ווערן דערפון.

מאשקע;

וואו קען איך זען אויב איך פארמאג די פראגראם? ביי PROGRAMS? אויבנאויף געדענק איך נישט אזא נאמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2007 10:30 am
דורך מאשקע
ס'שווער צו זאגן, ווייל ס'איז דא הונדערטער אזעלכע פראגראמען. אבער קענסט אפשר דורכקוקן דיין startup ליסטע צו זעהן א פראגראם מיט אזא סארט נאמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2007 11:00 am
דורך סאכדעס
קרעמער, וועגן דעם האביך דיר געפרעגט, כ'גלויב אז דאס האט א שייכות.

ס'איז לכאורה נישט דא אזא זאך אז דו זאלסט עס נישט קענען ארויסרוקן, פארבינד זיך מיט סושי.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 12:19 am
דורך שוועמל
קרעמער;
אלס ידיד על איך דיר זאגן, גיי צו טולס > אינטערנעט אפשענס > אדווענסד > ריסטאר אדווענסד סעטטינגס, און אפלליי. נאכער גיי צו ריסעט > אפלליי.
ריסטארט אינטערנעט אקספלארער און לכאורה דארפסטו זיין מסודר.

בעצם איז א וואונדער פאר מיר פארוואס דו דארפסט אזוי שטארק די עדס בעת איך און אנדערע וואלטן גערן פטור געווארן פון זיי.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 4:07 pm
דורך קרעמער
כ'האב דער געפאלגט שוועמל, כ'ווארן דיר אויב עס מאכט מיר פראבלעמען.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 6:46 pm
דורך שוועמל
איך ציטערררר...
אויב קרעמער שרייבט נישט צוריק איז א קלארער סימן אויף די פראבלעמן וואס כאב אים אנגעווערטשאפט.. שרייב !! זאג עפעס !!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 9:59 am
דורך סאכדעס
כ'גלויב אז אלעס איז אוקיי, סיז נאר דער ענין אז מורינו ערעב קרעמער איז ריזן וויסענשאפטלער אין עניני קאמפיוטער'ס, און ס'קוקט איהם אויס ווי דו וואלסט דא אנטדעקט אמעריקא. כאפסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:12 pm
דורך קרעמער
סארי שוועמל. איך האב דא נעכטן צוריקגעשריבן עפעס, אבער דער סיסטעם האט עס נישט אדורכגעלאזט (מסתמא האט מיין נארישע קאנעקשאן פונקט געקראכט, כדרכו בקודש).

בערך, האב איך געשריבן אזוי: איך האב געטאן וואס דו האסט באפוילן, דערווייל זעה איך נישט קיין מעכטיגע ענדערונגן. אבער די פראבלעם פון די בענער'ס איז נאך אלץ נישט געשליכטעט. עס קומט ווארשיינליך אדאנק עפעס א "מישקיי" פראגראם וואס בלאקירט היידפארק בענערס, וואס איך האב אינסטולירט אויפן ראט פון קעניג (דזשו-בוי), אבער עס האט נישט קיין אומאינסטולאטער (UNINSTALL), און איך קען זיך נישט פטר'ן דערפון.

הילף ביטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2007 12:47 pm
דורך סאכדעס
קרעמער, כ'מיין אז סיז געווען א סוד צו יענע צייט.

עניוועי, פארוואס גייסטו נישט צוריק צום קעניג אליינ'ס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2007 4:01 pm
דורך קרעמער
כ'בין שוין געווען ביים קעניג, ער האט מיר נישט געקענט העלפן.

ס'קען זיין אז עס איז געווען א סוד, ומה בכך? דערפאר ברויך איך בלייבן שטעקן דערמיט?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2007 4:05 pm
דורך סאכדעס
ניין אבער אויספויקן דעטאלן איבער'ן פראגראם פון וואו און נאך, דאס איז נישט גלייך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2007 4:07 pm
דורך קרעמער
האסט אמאל געהערט דעם אויסדרוק?

איך פייף דיך אן ווי גרויס דו ביסט!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2007 4:17 pm
דורך סאכדעס
כ'רעג זיך איצט אויף מיין באס, ער איז בערך אזוי דום ווי דו....

כ'קריג מיך דען מיט דיר? כ'זאג דיר א מענטשליכע יושר'דיגע זאך, און דו פייפסט מיך אן. ס'אינטערסירט מיך דען וואס דו טוסט? האביך דען דא עפעס שאדן? אבער דו מעגסט יוזן אביסל מענטשליכקייט, און נישט שרייבן קיין דעטאלן, יעדער וועט דיר קענען העלפן אפילו ווען דו שרייבסטו נישט פון וועמען און פון וואו די פראגראם קומט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2007 5:02 pm
דורך 3x0
איינער האט אמאל געשריבן אזוי.
... האט געשריבן:נאכדעם וועט איר זיך ווינדערן פארוואס א געוויסער מיטגליד האט לעצטנס געשריבן אין בחחמ"א אויף "היימישע קרעטשמע" מיט דעם לשון:
היימישע קרעטשמע איז זייער אינטערעסאנט, איך נוץ עס אויך טיילמאל, אבער לדעתי מיין איך אז עס פעלט דארט אסאך מאל ערענסטקייט עס איז נוסח קרעטשמע, איינער רעדט פון איין ענין און דער צווייטער פון א צווייט ענין, איינער פרעגט א ערענסטע קשיא דער צווייטער געט זיך א רוף אן א וויץ שלא מן הענין, איך קען אנווייזן משלים אסאך, מ'דארף אסאך מאל דורכגיין 10-15 וויצן (באטעמ'טע?) צו באקומען עפעס הילף


מען וועט מוזן אויסלערנען דעם עולם, אז די זייטיגע שטובלעך זענען געווידמעט פאר ערנסטע טעמעס, צב"ש הילף, קאמפיוטער, מוזיק, שפראך, נייעס וכדומה, און וויצלעך זאל מען לאזן פאר די קרעטשמע גופא.

א צווייטער האט געוואלט קריגן דערויף, האט א דריטער געענטפערט דערויף אזוי.
... האט געשריבן:... נישט גערעכט. נקודה.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2007 11:24 pm
דורך שוועמל
קרעמער כאב א פראגראם פאר דיר וואס וועט דאס ווארשיינליך אונאינסטולן, פארבינד דיך מיט מיר

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 12:04 am
דורך קרעמער
אינטערסאנטע זאך האב איך יעצט באמערקט: איך זעה שוין אדווערטייזמענטס אויפן DRUDGEREPORT.

פילייכט האט דאס צוטאן מיטן SECURE און NON SECURE סעטינג וואס איך האב נעכטן געטוישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2007 12:56 am
דורך אלץ-ווייסער
איך לייד לעצטס פון א נייעם אנשיקעניש. אויך אזא סארט סעקיוריטי דייאלאג באקס
איך ווער פשוט דיל דערפון.
מארגן וועל איך אי"ה פרובירן ארופשטעלן א בילד.