גיין צו אלטע אימעיל אין דשימעיל

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

גיין צו אלטע אימעיל אין דשימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

איך האב א פראבלעם ביי דשימעיל, אז ווען איך וויל גיין צו אלטע אימעילס, מוז איך מישן בלאט נאך בלאט ביז איך קום אן אהין. איך האב איבער צען טויזענט אימעילס אין מיין אינבאקס, און איך זוך אסאך מאל אלטע אימעילס, איך האב די וואך געדארפט זוכן אן אלטע אימעיל גאנץ ביים אנהייב, און איך האב געמוזט מישן אזוי לאנג, עס האט מיר געדוירט אפשר פופצן מינוט נאר צוריק צו מישן אהין. ביי די אלטע דשימעיל איז געווען מעגליך צו גיין גלייך צו די עלטסטע אימעילס, אבער ביים יעצטיגן אויסשטעל פון דשימעיל זעה איך נישט אזא אפשן.

אויב איינער ווייסט וויאזוי מען קען אנקומען צו אלטע אימעילס, דהיינו, מישן מער ווי איין בלאט אויף אמאל, אדער אויב מען קען צוריק גיין צו א געוויסן דאטום, און דערנאך מישן פון דארט, וואלט איך אים שטארק דאנקבאר געווען.

יישר כח למפרע,
טהור עיניים
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

לייג אריין ביי די SEARCH למשל
after:2010/11/26 before:2011/11/27

(אדער ריק אראפ די ערוי פון די סערטש וועסטו זעהן, גאנץ גאנץ אונטן ווי מען קען אריינלייגן די DATE, אבער מער פינקטליך אריינצולייגן די DATE קען מען נאר אויבן)

אויך ווען די דריקסט (אדער ווען די האלט'ס די מייזל) אויף למשל 1 אף 999 קומט ארויף די אפשען צו גיין גלייך צו די עלטסטע אימעילס
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

א געוואלדיגער יישר כח, עס ארבעט א מחי'. האסט מיר יעצט געשפארט אסאך קאפ ווויי, דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן בכפלי כפליים מן השמים, מיט אלעם גוט בגשם ורוח.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

טענקס מוישעלע, אויך געהאט די אישא די וואך און געדריקט די ערא ווי א נער 10 מינוט אין א ציה
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

שקויעך פון מיר אויכעט.
גוגל דארף זיך א שאקל טון. די אינטערפעיס פון דזשי-מעיל איז פון די ערגסטע אויפן מארקעט.
די נייע אוטלאק אימעיל פון מייקראסאפט האט באקומען פאזיטיווע באריכטן אין די מידיא.
הפך בה והפך בה דכולה בה!
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יישר כח משה'לע, איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון די עראו.

נאכן גיין צו די צווייטע פעידזש קומט צו אין די אדרעס באר "/p2", און איך פלעג ביז יעצט טוישן די צווייער צו העכערע נאמבערס נישט צו דראפן דריקן נעקסט נאכאמאל און נאכאמאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”