בלאט 1 פון 1
פראבלעים מיט גוגעל טאלק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 11:14 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
כ'באקום אזא מעסדזש
ווייסט איינער וואס דאס איז
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 6:13 am
דורך קרעזי
וועלכע זאך פלאגט דיר דא? דאס אז דו ביסט געווארן אפגעהאקט פון זייער סערווער, אדער די שווארצע קעסטל ווי עס שטייט זיעלסאפט-פינטל-קמץ?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 8:50 am
דורך מאשקע
ס'באדערט אים די קאנעקשאן פראבלעם, וואס איז זייער נארמאל אויב מ'האט דזשעי-נעט.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:03 am
דורך קרעמער
זיצנדיג אויף דייל-אפ האב איך דאס אויך אסאך מאל, עס נעמט עטליכע סעקונדן און ער קומט צוריק צום באוואוסטזיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:51 am
דורך לחיים ולברכה
נישט נאר מיט דזשעי נעט, ווערייזאן, דייל-אפ איז דא פראבלעמען. נאר די גרויסע פירמע גוגל האט אויך אסאך מאל פראבלעמען.
יאך מיט היי-ספיד ווערייזאן די.עס.על באקום איך אויך אזא מעסעדזש פון גוגל. טאקע נישט אפט אבער ס'מאכט זיך.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 2:00 pm
דורך גאליציאנער
בס"ד
נאך א אויספארשונג וואס איז אינטער גענומען געווארען איז ארויס געקומען אז די פראבלעם מאכט זיך ווען כ'גיי אריין אין דזשי מעיל דורך די לינק אויף גוגעל טאלבאר אבער אז מען גייט אריין אזוי
https://mail.google.com/mail/ איז אלעס בסדר ב"ה
די סיבה פארוואס דאס איז אזוי איז אונז נאכנישט באקאנט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 2:04 pm
דורך מאשקע
גאליציאנער;
מ'גייט עס אויספרובירן.
אויב ביזטו גערעכט, דעמאלטס א ריזיגן שכוח.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 8:54 am
דורך יעקב אלי בראך
ס'איז צרות ווי א עלעפאנט
J-NET לאזט מיר נישט אויפסיינען אויף גוגל-טאלק אויף מיין נייעם קאמפיוטער וואס כ'האב מיך איינגעהאנדעלט לכבוד די וואלן.
מ'גייט זיי פאלן צו די פיס, אז א שמועס מיט מאשקע און יגר'ל, וואס זיי וועלן לכאורה זיין די פראנט ראנער'ס, זאלן זיי יא דורכלאזן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 9:01 am
דורך מאשקע
יעקב אלי';
זיי גערישט אויף די פאלגענדע מעסעדזש:
מצטער, אך רק משתמשים שניתנה להם גישה מיוחדת יכולים לפרסם נושאים בפורום זה...
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 9:46 am
דורך יעקב אלי בראך
מאשקע, און ס'באדארף נאך צו זיין א דזשוק? איך זעה דו ענדיגסט מיט דריי פינטליך.
זיי וויסן ידידי, אז איך שוין ממילא , כ'העל זיך שוין מיט עפעס אן עצה געבן כ'העל זיך זיכן א וועג וויאזוי אריינצוקומען אין יענעם פורום(..) אבער פאר זייער אסאך געסט גייט דאס יא ווייטון. איך גלייב למשל אז באני רעביט גייט זיין זייער אויפגערעגט פון אזא אקציע.
וואס איך וואלט ראקעמענדירט, עה, עה, דא רעדט מען דאך פון קאמפיוטער מיט גוגל טאלק, ס'איז ממש אן עבירה אריינצוווישן אן אנדערן ענין, אבער אז מ'רעדט שוין יא, יעדער דארף קענען דארט שרייבן, וועלן נישט, אבער שרייבן זיכער, א ראש הקהל וועט דאך דארפן דינען הן פאר די היזיגע און הן פאר די אורחים, ס'איז נישט קיין יושר זיי אויסצושפארן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 10:04 am
דורך יאנאש
ווער שפארט וועמען אויס, יעדער וועט קענען שרייבן, אבער שטימען נישט, קעיס קלאוזד, דא איז א קאמפיוטער פורום.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 10:18 am
דורך יעקב אלי בראך
איינער ווייסט פארוואס דזשעי נעט שפארט צו גוגל טאלק?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 11:42 am
דורך סאכדעס
ניין, אבער כ'האב ביז איצט געוואוסט/געמיינט אז זיי שפארן נישט צו.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 12:02 pm
דורך מאשקע
גאליציאנער האט געשריבן:בס"ד
נאך א אויספארשונג וואס איז אינטער גענומען געווארען איז ארויס געקומען אז די פראבלעם מאכט זיך ווען כ'גיי אריין אין דזשי מעיל דורך די לינק אויף גוגעל טאלבאר אבער אז מען גייט אריין אזוי
https://mail.google.com/mail/ איז אלעס בסדר ב"ה
די סיבה פארוואס דאס איז אזוי איז אונז נאכנישט באקאנט
כ'האב עס אויספרובירט, און איך מוז דיר זאגן אז ס'איז קלאר נישט אזוי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 2:28 pm
דורך גאליציאנער
כ' ווייס נישט וואס די רעד'סט
ביי די פראבלעם וואס איך האב געהאט איז עס אזוי כ'ווייס נישט וואס דיין פראבלעם איז
אדרבא לייג עס ארויס אפשר וועט מען דיר קענען העלפען
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 7:57 pm
דורך abimlaibt
וואס זאל איך דיר זאגען?
איך האב נישט ב"ה דעם פראבלעם איך וועל נישט דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2007 9:46 pm
דורך גאליציאנער
זאלסט מיטען אייבערשטענס הילף קיינמאל קיין פראבלעמען נישט האבען