בלאט 1 פון 1

דזשימעיל האט צוגעגעבן סטארעדזש היינט

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:54 pm
דורך שמן זית
פאר ווערעס באמערקט ווען מען גייט אריין צו דזשימעיל.קאם פאר מען סיינט אריין קען מען זעהן אויף די לינקע זייט ווי גוגל שרייבט אז זיי האבן לאטס אף סטארעדזש און די נומערס פארן, היינט באמערק איך אז כ'האב צובאקומען 941 מעגא בייטס, סטארעדזש ביי אלע מיינע אימעילס,

ווייסט איינער פשט דערין?

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:03 pm
דורך היימישער איד
כמבואר בגוגל נייעס אשכול עיין שם

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:54 pm
דורך leiby
די נייעס איז היינט געמאלדן געווארן אן ערך פון זיבן מאל, פארוואס קוקט מען נישט ארום פארן עפענען א אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 6:32 pm
דורך שמן זית
שאר האב איך געקוקט

בקשתי ולא מצאתי

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 6:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
(מגילה ו:) אם יאמר לך אדם יגעתי ולא מצאתי אל תאמין! כ'קען נישט גלייבן, די גמ' לאזט נישט!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:03 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:(מגילה ו:) אם יאמר לך אדם יגעתי ולא מצאתי אל תאמין! כ'קען נישט גלייבן, די גמ' לאזט נישט!


מעגליך ער האט יא געזוכט און נישט געטראפן, אזוי ווי ים רויבער האט געשריבן
ים רויבער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון קי ווארדס פאר א זוכעניש וויל איך סתם געבן א משל וואס א קעפל מאכט אלץ אויס, ווען איינער וויל למשל זיכען עפעס וועגן gmail דארף ער זיכען גימעיל, דזשימעיל, זשימעיל, gmail, אין אפילו דשי-מעיל און ג'ימעיל,די זעלבע איז מיט גוגעל, גוגל google גאגעל אא"וו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 2:15 pm
דורך leiby
אויב איז עס נייעס פון יענע טאג איז געניג צו קוקן ביי אקטיווע אשכולות, מ'דארף נישט זיכן צו טיף.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2012 11:11 am
דורך יאפין
כ'טראכט (הויעך) אז מען וואלט געדארפט צאם שמעלצן די אשכול מיט די אשכול.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=53&t=11878

(אפשר אויך צולייגן פון גוגעל נייעס)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 9:43 am
דורך Sprint
i used to have 95 percent full
today i saw onlu 66 percent full

now it makes sense

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:11 am
דורך מכטי1
leiby האט געשריבן:אויב איז עס נייעס פון יענע טאג איז געניג צו קוקן ביי אקטיווע אשכולות, מ'דארף נישט זיכן צו טיף.

אין די אשכול פון גוגל נייעס האט דער נייגריגער דערמאנט דעם עולם נישט פארקריכען, איז מען אריבער דא, איך האב שוין 10241 MB

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:27 am
דורך מאנ-יימער
יעצט באמערקט אז איך האב צובאקומען נאך 5 גיג אין מיין דזשימעיל סטארידזש, יעצט שטייט עס ביי א טאטעל פון 15 גיג אומזינסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:28 am
דורך ק.נ.א. וועטער
למה נגרע? איך האב בלויז 10.1 גיגא בחנם.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:29 am
דורך ק.נ.א. וועטער
יעצט געטשעקט ביי מיין אנדערע אקאונט און דארט האב איך טאקע יא 15 גאנצע גיגעלעך בחנם.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:32 am
דורך מאנ-יימער
אינטערעסאנט, איך זעה טאקע אז ביי מיין אנדערע אקאונט האב איך אויך נאר 10 גיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 11:12 am
דורך הבדלה וויין
ווי עס קוקט אויס האבן זיי צוגעגעבן נאר פאר די וואס זענען סייווי נישט אזוי פיל... איך האב נישט גארנישט צובאקומען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 7:49 pm
דורך פאטאקי08
מאנ-יימער האט געשריבן:יעצט באמערקט אז איך האב צובאקומען נאך 5 גיג אין מיין דזשימעיל סטארידזש, יעצט שטייט עס ביי א טאטעל פון 15 גיג אומזינסט.

לכאורה האסטו נאך נישט אויפגעסיינט אויף דרייוו

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:25 pm
דורך מייקראסאפט
דענק איך אז ערגץ האט אינזער קראספידאנט לכתחילה שוין געמאלדן, אז גוגל האט באשלאסען ציזאמצינעמען אלע דיינע עוועילעבל סטארידזש מיט איין חשבון...
סא אויב האסטי גוגל דרייו האסטי סך הכל 15 גיג.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 9:46 am
דורך מאנ-יימער
וואס הייסט אויב איך האב דרייוו? דרייוו קומט אטאמאטיש מיט די גוגל אקאונט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 9:57 am
דורך גוגל
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס הייסט אויב איך האב דרייוו? דרייוו קומט אטאמאטיש מיט די גוגל אקאונט.

יא

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 10:04 am
דורך מאנ-יימער
גוגל האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס הייסט "אויב" איך האב דרייוו? דרייוו קומט אטאמאטיש מיט די גוגל אקאונט.

יא

איך האב נישט געפרעגט צו ס'קומט אטאמאטיש, איך האב געזאגט, ממילא פארשטיי איך נישט מייקראסאפט'ס ענטפער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 9:42 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:למה נגרע? איך האב בלויז 10.1 גיגא בחנם.

די ארדער איז אנגעקומען... איך האב שוין אין אלע קאונטעס 15 גיגא.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 4:43 pm
דורך שנאפס
ביי מיר אויך ב"ה