עפל נייעס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 12:24 pm

תגובהדורך וועלט » דאנארשטאג דעצמבער 27, 2012 11:56 am

משה יענקל האט געשריבן:ווי האסטו געזעהן אז עס איז נאך דא א מעגליכקייט אז ספרינט וועט אויסכאפען מעטרא פון טי מאביל??

באלאנג טאקע נישט אין דעם אשכול, אבער אז איר פרעגט אט איז די לינק צו אינוועסטערס.קאם.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 28, 2013 2:08 pm

לויט באריכטען גרייט זיך עפל צו ארויס געבען א נייע אייפעד מיט 128 גיג סטארידזש, די מערסטע ביז היינט איז 64 גיג. און אזוי ווי מען ביי די אייפעד נישט לייגען קיין קארטל פאר נאך סטארידזש, איז עס א גרויסע אויפטו.

עס וועט זיין סיי א ווייפיי ווערסיע פאר $799 און די וועלכע וועט קענען האבן א אייגענע קענעקשאן פאר $929.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 05, 2013 3:36 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לויט באריכטען גרייט זיך עפל צו ארויס געבען א נייע אייפעד מיט 128 גיג סטארידזש, די מערסטע ביז היינט איז 64 גיג. און אזוי ווי מען ביי די אייפעד נישט לייגען קיין קארטל פאר נאך סטארידזש, איז עס א גרויסע אויפטו.

עס וועט זיין סיי א ווייפיי ווערסיע פאר $799 און די וועלכע וועט קענען האבן א אייגענע קענעקשאן פאר $929.

די נייע אייפעד איז שוין ארויס! עס איז געווען א זייער שנעלע ארויסגאנג, פון ווען עס איז געמאלדען געווארן ביזן ארויס קומען, און די ווייסערס שרייבן אז זיי האבן געוואלט אויסכאפן מייקרעסאפט, וואס קומט ארויס מיטן "ערענסטען" סערפעס, אין דריי טעג, און ביידע - די ערענסטער סערפעס און די גרויסע אייפעד - איז געאייגענט פאר מענטען וואס ווילן ניצן א טעבלעט פאר ערענסטע ענינים אנשטאט א לעפ טאפ, סא איז עס געצילט פאר א ענדליכע קונסומער באזע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 08, 2013 2:01 pm

עפל האט גענדיגט דעם פארגאנגענעם יאר למספרם מיט א נישט קשה'דיגן קאסע פון (נעמט א בענקל) 137,000,000,000 $ (דאס איז 137 ביליאן טאלער)!!!

האט א שרייבער זיך געזעצט העלפן עפל'ן מיט עצות וואס זיי קענען טאן מיט דעם פעקל זייערער. אט האט איר:

1) געבן יעדעם אמעריקאנער א טשעקל פון $437!

2) קויפן 213 מיליאן אייפאונס, און אויסטיילן פאר רוב אמעריקאנער מענטשען!

3) אפקויפן "פעיסבוק" "גרופאן" "לינקדאין" "נעטפליקס" "פענדארא" "בלעקבערי" "יאהו" "יעלפ" "זילא" און "זינגע", און נאך בלייבן מיט א 2 ביליאן אין די קעשענע!

4) מאכן א טארעם פון סינגל'ס הויך 9,300 מייל! 38 מאל אזוי הויך פון ווי עס געפינט זיך די "אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע" !

5) אפקויפן 100,000 טייערע דירות אין מאנהעטען!

6) באצאלען די ביל ווייפיל אמערקע געט אויס פאר עדיוקעשאן פאר צוויי יאר!

7) געבן א באונעס פון 1.7 מיליאן פאר יעדע ארבייטער אין עפל!

8) פארדאפלען די הילף וואס אמעריקע שיקט פאר די "דיוועלעפינג" לענדער פאר 3.5 יאר!

9) געבן פאר יעדע שעיר אין די סטאק פון די קאמפאני א איינמאליגער דיווידענט פון $145!

וואסט זיצטו דארט מיטן אפענעם מויל?? ווייסטו נישט פון קיין "לא תחמוד"??
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג פאברואר 08, 2013 3:27 pm

ווי איך פארשטיי האט די עולם טענות פארוואס זיי טוהען גארנישט מיט די געלט נארמאל א קאמפאני סטאקט נישט אזוי געלט

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג פאברואר 08, 2013 4:28 pm

ער קען מיר געבן די גאנצע. איך וועל קיין טענות נישט האבן

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 10, 2013 1:00 pm

דיין הויזן טאש קען אזויפיל פארנעמען?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 10, 2013 1:47 pm

שנאפס האט געשריבן:דיין הויזן טאש קען אזויפיל פארנעמען?

חכם, מיט א חלק געלט וועט ער קויפן גרויסע הויזן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג פאברואר 10, 2013 5:45 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:דיין הויזן טאש קען אזויפיל פארנעמען?

חכם, מיט א חלק געלט וועט ער קויפן גרויסע הויזן!

;l;p-

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג פאברואר 10, 2013 11:15 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:דיין הויזן טאש קען אזויפיל פארנעמען?

חכם, מיט א חלק געלט וועט ער קויפן גרויסע הויזן!

חכם עתיק, זיין פוס קען פארנעמען גרויסע הויזן?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:16 am

שנאפס האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:דיין הויזן טאש קען אזויפיל פארנעמען?

חכם, מיט א חלק געלט וועט ער קויפן גרויסע הויזן!

חכם עתיק, זיין פוס קען פארנעמען גרויסע הויזן?

חכם עתיק יומין, האט ער דען נישט אביסל געלט פאר די שטעקענעס פון די "פראנצויזישע צווילינג"?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:25 am

חכם, איז בכלל פאראן צו באקריגן אזא סייז הויזן? אדער דארף מען באשטעלן קאסטום מעיד?
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 11, 2013 12:48 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:חכם, איז בכלל פאראן צו באקריגן אזא סייז הויזן? אדער דארף מען באשטעלן קאסטום מעיד?

האסט פארלוירן! האסט נישט צוגעלייגט קיין ווארט צו "חכם"!

(באלד גייט דא איינער שרייען געפערליך הויך, אז ס'איז נישט פארברענגען!!!)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג פאברואר 15, 2013 2:53 pm

מייקראסאפט האט געמאכט אייגענע סטארס, נאכצומאכן עפל, און האט שנעל געזעהן אז עס טויג נישט, האט זי דערלאנגט אירע פראדוקטען פאר אנדערע אויך. יעצט זעהט אויס האט עפל איינגעזעהן אז מייקראסאפט האט א פוינט!

עס קומען באריכטען אז עפל גייט אנהייבן פארקויפן זייערע פראדוקטען ביי סטעיפלס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » פרייטאג פאברואר 15, 2013 3:00 pm

עפל פלעגט דען נישט לאזן אנדערע פארקויפן, איז דען נישט דא גענוג אויטארייזד ריטעלער וואס פארקויפן עפל פראדוקטן? (איך מיין אז בי ענד עיטש פארקויפט עפל'ס זאכן).

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מוצ"ש פאברואר 16, 2013 8:17 pm

בחורהזעצער האט געשריבן:עפל פלעגט דען נישט לאזן אנדערע פארקויפן, איז דען נישט דא גענוג אויטארייזד ריטעלער וואס פארקויפן עפל פראדוקטן? (איך מיין אז בי ענד עיטש פארקויפט עפל'ס זאכן).

אופס! מיי בעד!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15166
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 18, 2013 7:05 pm

בלומבערג באריכטעט אז עפל האלט אויף א טיעם פון אריבער הונדערט ארבעטערס צו ערצייגן א נייעם אייוואטש דעווייס, א זייגער אויף די האנט וואס זאל טון די פונקציעס פון די אייפאון און די אייפעד

---

לכתחילה וואו ביסטו?
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 10:07 pm

שנאפס האט געשריבן:בלומבערג באריכטעט אז עפל האלט אויף א טיעם פון אריבער הונדערט ארבעטערס צו ערצייגן א נייעם אייוואטש דעווייס, א זייגער אויף די האנט וואס זאל טון די פונקציעס פון די אייפאון און די אייפעד

---

לכתחילה וואו ביסטו?

בלומבערג פארציילט יעצט, און די טיימס און וואל סטריט דזשורנאל האבן שוין פארציילט א פאר טאג צוריק, איבער דעם.

כ'ווייס נישט וואס איז די גרויסע אויפטו. קודם ווייסט יעדער איינער אז עס איז דא די טעכנעלאגיע פאר א פיצעלע קומפיוטער, כ'מיין אז א סמארט פאון קען טאן אזויפיל, און כ'בין גרייט אוועק צו נעמען די גרויסקייט פון די סקרין, ווער וויסט דען נישט אז אזא זאך קען געטאן ווערן? וויאזוי ארבייט די "גוגל גלעזער", אויב נישט א פיצעלע קומפיוטער.

און צווייטענס. סאני האט שוין געמאכט אזא כלי, און ....... קיינער רעדט נישט דערפון, רוב וויסען נישט אפי' אז אזאנס עקסעסטירט! און אנהייב דאס יאר איז יא געווען אביסעל "באז" פון א קאמפאני, "פעבעל טעקנאלעדזשי" וואס האט דיזיינט אזא זייגער.

די איינציגסטע צוויי זאכן איז איינס די בעטערי לעבן, וואס דאס איז עפעס אויף וואס פעבעל האט זיך פארלייגט, און באוויזען זייער שטארק, סא דאס קען נישט זיין די אויפטו פון עפל, און די צווייטע זאך פון וואס זיי רעדן איז די "בענדעבעל" גלאז. נא שוין עפעס, אבער נישט אזא ריזיגע חידוש.

עניוועי, ונזכה ונחיה ונראה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:11 pm

נו ודאי אזוי, קודם קומט עפל ארויס און זיי מאכן די פאמפע דערפאר. דערנאך קען עס שוין יעדער נאכמאכן פאר בעסער און ביליגער

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:13 pm

גוגל גלעזער

וואס איז דאס?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:14 pm

געלעגער האט געשריבן:נו ודאי אזוי, קודם קומט עפל ארויס און זיי מאכן די פאמפע דערפאר. דערנאך קען עס שוין יעדער נאכמאכן פאר בעסער און ביליגער

ניין ניין, די אנדערע זענען געווען ערשט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 18, 2013 11:25 pm

יא יא, אבער קיינער רעדט נישט פון זיי. לאז עפל אנדרייען די וועלט און דערנאך גייט מען א גאנג

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג פאברואר 19, 2013 9:19 am

גוגל האט געשריבן:
גוגל גלעזער

וואס איז דאס?

viewtopic.php?p=539612#p539612
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 5:25 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אין א פרישע ריפארט פארציילט מען אז 47% פון די אייפאד מיני קויפער זענען ניי צו די עפל טעבלעטס. זיי זאגן אז א "קאניבאליזעם" פון בערך 50 פראצענט איז צופרידענשטעלענד.

נאך פארציילען זיי, אז די רעגיולער אייפעד 4, איז נאך אלס שטערקער ביי נייע באניצער צו עפל'ס פלאטפארמע, 56% זענען נייע באניצער, קעגן די אויבן דערמאנטע 47% פארן מיני.

כאטש וואס געוויסע האבן געהאלטן אז די מיני וועט הארגענען די מארקעט פארן רעגיולער סייז אייפעד, קומט א באריכט אז אינעם 3'טן קווארטל פון דאס יאר, קען מען זיך רישען אויף א גענצליך ניי איבערגעארבייטע "אייפעד 5".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 26, 2013 5:59 pm

עטליכע קרישקעלעך איבער עפל.
------

לויט באריכטען וועט עפל מארגען "ספליטן" זייער סטאק. דאס מיינט אז מען וועט יעדע סטאק צוטיללן אין צוויי, אז איינער האט 100 סטאקס וועט מארגען האבן 200. פארשטייט זיך אז די סטאקס וועלן האבן די העלפט ווערט.

איז וואס איז די אויפטו?

דאס איז א געווענדליכע שריט, ווען א קאמפאני האלט אז זייער סטאק איז צוטייער, און נאר רייכע מענטשען קענען עס קויפן, וואס טוט שטארק באגרעניצען זייער קוסטעמער קוואל, וועט די קאמפאני צוטיילן זי סטאק. די יעצטיגע שעיר האלדערס וועלן נישט זעהן קיין באלדיגע חילוק, אבער עס וועט עפענען די סטאק צו נאך אסאך פעטענציעלע איינקויפער, און דאס איז א מעלה.

די סטאק איז היינט צוליב דעם נייעס שיין ארויף.

-------

עפל האט געמאלדען אז סעילס פון "איימעק'ס" איז ארויף מיט 31% אין יאנואר פון דעם יאר, אין פארגלייך צו יאנואר פון יאר 12'. דאס קומט בעיקר ווייל די סופליי מיט וואס עפל האט זיך שטארק געמוטשעט, האט זיך שטארק פארבעסערט.

בכל אופן איז דאס גוטע נייעס פאר עפל.

-------

און יעצט צו די שלעכטע נייעס:

אן עקספערט - טשארלי וואולף פון "נידעם & קא. - האט היינט גענידערט די ווערט פון עפל סטאק פון $750 צו $710, נאכדעם ווי די פירמע מוטשעט זיך לעצטענס מיט שלעכטע באריכטן.

-------

לויט אינסיידער'ס וועט עפל שוין נישט זיין אין שפיטץ, פון "פארבס" "מאסט עדמייערד קאמפעניס" (מערסט ארויפגעקוקטע פירמע) ליסטע, ווען זיי גיבן ארויס די ליסטע אביסל שפעטער דעם וואך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט